די שכנות'דיגע אידישע שטאט מאנסי האט זיך נעכטן געטוישט אויף אייביג. אינמיטן "מעין שטריט" האבן זיך אנגעצינדן די טרעפיק לייטס, צו מאנעוורירן דעם פארקער ביי די נייע "ראקלענד כשר סופערמארקעט" - אגב די גרעסטע כשר'ע סופערמארקעט אין דער וועלט! - און מאלל.
אין תש"ח אין רביה"ק געווען אין מאנסי ביי א שבע ברכות פון א תלמיד פון ביהמ"ד עליון, ר' שרגא פייוול מענדעלאוויטש ז"ל האט נאך געלעבט, דער רבי האט געזאגט תורה ביי סעודה שלישית. (איך מיין סאיז געווען פרשת שמות), עס איז געווען קוים א מנין חסידישע אידן דאן אין מאנסי, היינט, קרוב צו פופציג יאהר שפעטער איז מאנסי א עיר ואם בישראל, מוסדות התורה, בתי חינוך לבנות, פרומע, היימישע, חסידישע, אונגארישע, ליטווישע, מאדערנע, אפילו רעפארמער און קאנסערוואטיוון (די איניציאטארן פון מאנסי און ספרינג וואלי, היינט ציען זיי זיך ארויס ווי מייז, זייער "מאנסי זשואיש סענטער אויף 306 האט זיך לעצטנס פארקויפט פאר חב"ד, דערנעבן בויעט מען קרוב צו 200 דירות פאר חסידישע פאמילעס!)
כן ירבה וכן יפרוץ!