היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » סטעיט פאליס קלאגט אהן הצלה אינגערמאן

סטעיט פאליס קלאגט אהן הצלה אינגערמאן

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1270170

באראש » 2/2/2005 19:45

עפעס א ערנסטע מעשה קומט יעצט פאר. די סטעיט פאליס האט אפגעשטעלט א הצלה יונגערמאן וואס איז געפלויגן אויף א קאל אויף די פאליסעדס אין עם ארעסטירט, אין ער איז יעצט אויף ערנסטע צרות.

הצלה האט מאכט א שערורי' אויף די שרעקליכע הימל געשריי, אבער דערווייל האלט זיך די פאליס נישט ביים ברעכען.

ווער ס'האט מער פרטים ביטע פאוסטן.

קריתיואלער » 2/2/2005 21:17

באראש, תיקון טעות

מען האט אים נישט ארעסטירט, אבער יא. ער איז אין גרויסע צרות.

ס'רעדט זיך פון יונה דוד פערל, וואס איז גאר א חשוב'ער און איידעלער יונגערמאן. ער איז א בן תורה און ווי יעדער וואס קען אים ווייסט איז ער נישט אין די הצלה צו זיין COOL, נאר אמת'דיג דורכצופירן הצלת נפשות.

די מעשה איז געווען אז דער אמבולאנס איז געפלויגן אויפ'ן פאליסעידס און יונה דוד איז נאכגעפארן מיט זיין קאר, מיט א רויטע לייט, ווייל ער האט געדארפט צוריקברענגען דעם אמבולאנס פון שפיטאל, ווייל מען האט עס געדארפט האבן צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבא.

אויפ'ן פאליסעידס זענען דא א גרופע סטעיט טרופערס - וואס באלאנגען נאך צום היזיגן טרופ עף. לעבן קרית יואל - וואס זענען אראבערס, רשעות'דיגע אנטיסעמיטן. זיי האבן אפגעשטעלט יונה דוד און אויך דעם אמבולאנס (וואס איז געפלויגן אויף א קאל.)

יונה דוד האט באקומען פינף ווייאלעישאנס און אויך א קרימינאלע אנקלאגע קעגן אים. ער האט א קאורט קעיס נעקסטע וואך און קען באקומען גרויסע שטראפן אויב טרעפט מען אים שולדיג.

די סטעיט פאליס האט צוגעזאגט אז זיי וועלן ארויסווארפן די קלאגעס, אבער דערווייל האלט מען שוין פאר די קאורט קעיס און זיי האבן עס נישט ארויסגעווארפן.

משה אהרן שטיינבערג לויפט יעצט ארום צוזאמען מיט משה לייב וויטריאל צו אלע פאליטישאנס און הויכע סטעיט פאליס אפישעלס אין אלבאני, און ער פארפירט היתכן אז מען טשעפעט א וואלונטיר און פאר די איינציגסטע חטא אז ער האט געטריי אויסגעפירט זיין הייליגע ארבעט פון הצלת נפשות. האפנטליך וועט מען הערן בשורות טובות בקרוב און די קלאגע וועט ארויסגעווארפן ווערן.

weiss321 » 2/2/2005 22:07

ווי איז דער פרייליך? בעריש?
ער איז מסתמא אונטער אלעם ווער עס קען איהם פון די נאענט
ער איז אזא ליעזאן ווי אומשילדיג ער איז געווען ביי היינס און ברוקלין

KJAlliance » 3/2/2005 05:36

ווען נישט דער שוטה פרייליך וואלט נישט געווען קיין פראבלעם

ווייל דער הונטישער פאליסמאן ימ"ש, האט געגעבן עטליכע טיקעטס פאר דעם הצלה אינגערמאן, איינס, פארן "פארן צו נאנט אונטער אן אמבולאנס" און די צווייטע אז ער איז געפארן אומזיסט מיט לייט און סיירינס,

וואס ס'איז דא צוויי פראבלעמען איינס, אז עס איז א פשוטע סתירה, אויב איז ער נאכגעפארן דעם אמבולאנס, מעג ער פארן מיט לייט און סיירינס, הגם לעגאל איז עס נישט 100% אבער איבעראל טוט מען דאס, ווצב"ש אין ראקלענד קאונטי, מיט די ראקלענד קאונטי פאראמעדיקס, און אין אראנדזש קאונטי מיט מאביל לייף סיסטעם, ממילא וואלט ער געמעגט דאס טאן

איז דער פאליס מאן געווען צו ווילד און זיך טועה געווען, און מודה געווען אז עס איז דא געווען אן אמבולאנס, מיטן געבן דעם טיקעט פון פארן צו נאנט צו אן אמבולאנס, אבער א מינוט שפעטער, זיך אנגעזעצט מיטן טיקעט פון נוצן לייט און סיירינס

איז דער חכם בעריש אנגעקומען, דער הונט, און ארלעדיגט אז דער טיקעט פון נאכפארן דעם אמבולאנס איז פארשווינדן געווארן, אזוי אז דער פאליס זאל נישט זיין אין פעקל, יעצט איז נאר געבליבן די טיקעט פון פארן מיט לייט און סיירינס

מיט אזעלעכע פריינט ווער דארף שונאים

ווען קען צוריק ברענגן חיים ברוך גלוק, אבער שוין,

אויך נישט פארגעסן צו געבן א דאנק פאר דער אוגארישער נער, פאטאקי פארן איינטוישן פרייליך פון גלוק

פלונימבפ » 3/2/2005 18:30

קודם כל לאמיך אפדעטן די מעשה, דער אינגערמאן איז גארנישט אויף צרות, די קלאגע גייט ווערן ארויסגעווארפן היינט אדער מארגן, אויב איך האב נישט קיין טעות איז עס שוין ארויסגעווארפן.
צווייטנס ווי ווייגט איר זיך צו בארעדן אזא חשוב'ן עסקן, איר קענט פרעגן יעדע צווייטע איד פון גאנץ ניו יארק סטעיט, האט שוין געהאט א טובה פון אים, אים איז צו פארדאנקן פאר פילע לייסטונגען לטובת ארטאדאקסישע אידן בכלל און פאר אחינו בני ישראל הנתונים בצרה בפרט. כ'מיין אז ס'איז נישט געווען, ס'איז נישט דא, און סוועט נישט זיין נאר אזא עסקן אין יהדות החרדית.

פאר דעם קען איך אייך זאגן אז וואס ס'וועט נאר זיין צו טוהן פאר דעם אינגערמאן וועט הרב פרייליך נישט רוהן ביז ס'וועט ווערן ערלעדיגט.

יענקעלע11 » 3/2/2005 19:09

KJ
איך פארשטיי נישט וויאזוי די בארעדסט הרב ר' בעריש פרייליך, ווען ער איז פון די יחידים וואס ארבייטן אזוי געטריי פאר יעדן יחיד אן קיין שום טראסק אדער תשלום גמול, יא, די בענקסט דיך נאך ראביי גלאק, וואס א יחיד האט קיינמאל נישט געהאט פון עם קיים שום טובה, אלעס האט געמיזט גיין מיט פאמפע און בילדער אין די צייטונגען און אויב נישט איז TOO BAD, אן עם לעקן דעם YOU KNOW WHAT האסטו נישט געקענט אפילו רעדן צו עם, ווידער ר' בעריש שליט"א געט יעדן זיין טעלעפאן נומבער און וועט פארארבייטן מעשים יענעם צו העלפן, און דריבער איז ער אזוי געשעצט ביי יעדן איינעם, הקיצור די ביסט עם מחוייב מפייס צו זיין, וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה...

זשוליאני08 » 3/2/2005 19:22

פלונימבפ איז הונדערט פראצענט גערעכט.

הרב בעריש פרייליך איז אן איבערגעגעבענער עסקן און קעידזשעיאלייענס, די איינציגסטע טענה וואס דו האסט אויף אים (וואס אגב איז נישט אמת וואס דו זאגסט) איז אז ער איז באגאנגען א טעות, מיט'ן הייסן ארויסווארפן די נישט ריכטיגע טיקעט. וועגן דעם איז ער א הונט?

מנהל מעק אויס אזעלכע שעדליכע ווערטער קעגן אזא חשוב'ן עסקן.

דער פראבלעם איז נישט הרב פרייליך, נאר די אלע יונגעלייטלעך וואס זענען גוט געווארן מיט די פאליס און אנגעזייט קנאה און שנאה צווישן זיי. אמאל האט די פאליס רעספעקטעד א איד, היינט זעען זיי אז אידן זענען שלעכטע מענטשן וואס זוכן אפצוטאן רשעות איינער פאר'ן אנדערן. זיי ווייסן נישט אז די יונגעלייטלעך וואס לעקן זיך צו זיי זענען אפגעריסענע נאראנים וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען COOL, ווייל זיי זענען גוט מיט COPS, און אז רוב רובם אידן זענען פיינע מענטשן.

די יונגעלייטלעך וואס זענען גוט מיט די פאליס לעבן כסדר אין א שרעקליכע פחד אז א צווייטער וועט ווערן נאנטער מיט די פאליס ווי זיי זענען, און וועגן דעם רעדן זיי צאם לשון הרע פון איין איד אויפ'ן צווייטן, און בארעדן די פאליס וואס זענען גוט מיט אנדערע יונגעלייטלעך.

לאמיך ענק געבן א משל, מיט אפאר וואכן צוריק האט א חשוב'ער עסקן, א יליד קרית יואל, דורכגעפירט א פארטי פאר פאליס, סטעיט פאליס און שעריף פון גאנץ ניו יארק. ער האט אנגעגרייט מתנות צו געבן פאר אלעמען.

וואס מיינט עטץ איז געשען? אן אנדערער האט עס נישט געקענט דערליידן האט ער איינגעלאדנט די דעילי נוס אז זיי זאלן קומען כאפן פיקטשערס וויאזוי די COPS גייען ארויס פון דעם זאל מיט די מתנות אין די הענט (ס'איז איליגעל צו באקומען מתנות). די סוף איז געווען אז זיי האבן אלע געמוזט איבערלאזן די מתנות און אהיימגיין פארשעמטע און באליידיגטע.

קריתיואלער » 4/2/2005 00:18

פלוני, מאך עס נישט אוועק. דער יונגערמאן איז דייקא יא אין צרות און מען ארבעט ביטער שווער עם צו באפרייען פון די קלאגעס.

ס'שוין נישט די ערשטע מאל וואס די הצלה האט צו טאן מיט די פאליס. די לעצטע פאר חדשים איז דער מצב געפערליך. די פאליס וויל ממש אונטערברענגען די הצלה, ווייל זיי קענען נישט פארגינען אז ס'איז דא נאך איינער וואס איז באלעבאס אויפ'ן ראוד.

איין מעשה איז געווען מיט אפאר וואכן צוריק ווען א פוילישע גויטע דא אין שטעטל האט איבערגעלאזט איר קאר אויף דרייוו, און די קאר האט איר אראפגעקלאפט. די הצלה איז געקומען און גוט קעיר גענומען פון איר. אבער דעמאלץ איז אנגעקומען די פאליס און אנגעפאנגען צו פארפירן אז זיי ווילן ארעסטירן די הצלה מעמבער וואס איז אנגעקומען די ערשטע, אברהם שמואל פרידלענדער, ווייל זיי האלטן אז ער האט אראפגעקלאפט די פרוי. זיי האבן עם געוואלט אנקאלן פאר עטעמפטעד מוירדער.

די הצלה און משה לייב וויטריאל פון פובליק סעיפטי האבן געמאכט איבערקערענישן און פארפירט, ביז מען האט עם ענדליך אפגעלאזט.

אן אנדערע מעשה איז געווען ביי די בית השחיטה, וואו ס'איז געשען אן עקסידענט מיט מעקסיקאנער גוים. די הצלה איז געקומען צו לויפן. אבער 15 מינוט שפעטער קומט אן א סטעיט טרופער און פאנגט אן צו מאכן קולות פארוואס מען האט נישט גערופן קיין פאליס.

שלמה קויפמאן האט זיך אנגערופן, וואס הייסט מען האט נישט גערופן קיין פאליס. אויב מ'האט נישט גערופן וויאזוי ביסטו דא? האט דער טרופער אנגעפאנגען צו שרייען און שעלטן, נאך איין ווארט דו רעדסט ארעסטיר איך דיך.

משה לייב וויטריאל האט אריינגערופן צו די פאליס סטעישן און געבעטן אז מען זאל צוריקרופן דעם פאליס, און שיקן אן אנדערן, ווייל ער פירט זיך אויף זייער שלעכט צו די הצלה וואלונטירן. קודם האבן זיי נישט געוואלט הערן דערפון, אבער נאך א שטיק צייט האבן זיי זיך געבראכן און געשיקט אן אנדערן.

weiss321 » 4/2/2005 02:58

איך זאג ענק נאכאמאל פריילעך איז אלעס ,ער האט מורא אז אויב ק"י האט אייגענע קשרים אדער אפילו גארנישט קיין שייכות מיט זיי, דאן איז ער אויס קאפעלוטש
ער ווארט יעדע מינוט אז ק"י זאל איהם קאלן און בעטן "העלפ"
איגא און גאוה איז אלעס!

פלונימבפ » 4/2/2005 18:51

ווייס, די הייסט טאקע "ווייס" אבער די "ווייס"ט נישט וואס די רעדסט, ס'זעהט אויס ווי די האסט נאך קיינמאל נישט געטוישט ווארט מיט הרב פרייליך, ווייל ווער ס'קען אים ווייסט אז ווער ס'בעט אים נאר א טובה טוט ער עס און ער שלאפט נישט ביז ס'ווערט ערלעדיגט. אפילו קרית יואל האט יעדן טאג פארשידענע טובות פון אים און פארשידענע ענינים.

פונקט נעכטן האב איך גערעדט צו איינעם וואס קען אים פערזענדליך און האט פונקט יעצט געהאט א גרויסן פראבלעם ווען זיין פוילישע גוי'טע האט גע'מסר'ט אים און זיין ווייב אז זיי האבן געשלאגן זייער קינד, און זיי זענען געווארן אנגעקלאגט מיט טשיילד עביוס, האט ער מיר געזאגט אז הרב פרייליך האט אים ממש געראטעוועט פון גאר ערנסטע פראבלעמען , אויך האט ער מיר געזאגט אז יעדן טאג איז דא צענדליגע פעלער ווי מ'דארף צוקומען צו אים, און ער העלפט אן א שיעור מענטשן, מען קען זאגן אויף אים אז ער איז ריכטיג מקיים דעם "עוסק בצרכי ציבור באמונה שלא על מנת לקבל פרס".

דער איד זאגט מיר נאכמער, אז ביי די גוים האט ער די מערסטע רעספעקט פון אלע אנדערע גרויסע אידישע פאליטישאנס, הרב גלאק האט נישט געהאט א צענטל פון די רעספעקט וואס מ'גיבט פאר אים ווייל זיי זעהן קלאר ווי ער זוכט קיינמאל נישט צו טשעפן קיינעם אדער זיין קעגן איינעם, און ער איז נאר פארנומען מיט'ן העלפן, און צו בעטן טובות צו העלפן אנדערע אידן, און פאר דעם האט ער אייביג ציטריט צו די העכסטע פענסטערס ווייל זיי זעהן אז ער מיינט עס ערנסט ארויסצוהעלפן און קער נעמען פון די שטאט'ס פראבלעמען און ער רעדט קיינמאל נישט קעגן קיינעם.

KJAlliance » 6/2/2005 23:25

לאמיר קלאר מאכן מיינע ווערטער

קודם איז זשוליאני 08 גערעכט אז די אלע וויכטיג מאכער, זענען פיל פיל מער שולדיג, און בעיקר שולדיג אין דעם פראבלעם

נאר דעם פראבלעם מיט די סטעיט פאליס, איז אז זיי קומען קיין טרופ עף גראד ארויס פון די אקעדעמיע, ווי צולאזטע הונט, קומט צו צו דעם די אלע 'וואנעבי'ס', מיט אלע חולאת'ן, און צוזאמען ווערט דעם אנשיקעניש,

אמת, ר' בעריש פרייליך איז א חשובער עסקן, אבער בנוגע סטעיט פאליס בכלל און אין קרית יואל בפרט, קומט אים צו געבן צואה רותחת פאר א 'מעדאל', ווייל אין אנדערע מקומות, האט מער זיי מודיע געווען אויף פארשידענע אופנים, אז זיי זענען טאקע 'לאו ענפארסמענט' אבער נישט 'לאו עביוזערס' און נאר דארט ווי בעריש פרייליך קומט "העלפן" ליידט מען נאך פון זיי

ווייל לעגאל איז דא גענוג עצות, ווי למשל ווען 'טאון אוו מאנראו' זענען ארויס פון אלע גדרים, און געטיילט טיקעטס און געמאכט ראוד בלאקס, בעיקר ביי די גאסן וואס פירן אריין און ארויס פון קרית יואל, און בפרט ערב שבת, האט מען "לעגאל" סובפינעט, זייערע רעקארדס, ווי מען האט קלאר געזעהן, אז פראצענטועל באפאלן זיי די גאסן די מערסטע, און צען פאכיג מאל מער ערב שבת, און א דאנק דעם איז דער הונט "הערלי" -ווער געדענקט אים נאך - געפלויגן, [דאכט זיך אז ער איז א פאליסמאן אין סטאני פוינט, גוט אכטונג ווען איר פארט דארט], און זייט דעמאלטס, 'עד היום' איז מער ווייניגער מנוחה מיט די טאון אוו מאנראו פאליס

די זעלבע און נאך מער קען מען טאן מיט די סטעיט פאליס, אבער נאר ווען מר. פרייליך וועט נישט אהער קומען "העלפן", ער איז נישט דער יסוד פארוואס דער פראבלעם האט זיך אנגעפאנגן, אבער ער איז קלאר דער 'מענטש' פארוואס דער פראבלעם ווערט נישט ארלעדיגט

און נאכאמאל, איך פערזענליך האלט, אז מען דארף האבן קאנטראל און געבן טיקעטס, אבער נישט סתם פאר שנאה, און הונטישקייט

איינער דא הערט אויס 'סיד ראזענבערג' אויף 660 AM וואס ער האט געהאט מיט אומצווויליזירטע סטעיט פאליס אויף פאליסעידס פארקוועי דארט ווי מען האט אפגעשטעלט דעם הצלה אינגערמאן,

איך דערמאן מיך איצט, אז עטליכע יאר צוריק, ווען א הצלה אינגערמאן, -דאכט זיך דער וואס איז היינט פון די סטעיט פאליס ליבהאבן קעי וויי 18 - האב זיך אפגעשטעלט ביי א עקסידענט וואס א איד אין אריין געפארן אין א בוים, און ער איז געווען דער 'פוירסט רעספאנדער', וואס מיינט ער איז לעגאל אין טשארדזש אוו די 'סין' ווילאנג ער קומט נישט א גרעסער פון אים, למעשה, איז אנגעקומען די לאקאלע אמבולאנס, וואס האט געהאלט א סך הכל פון איין 'אי עם טי' , און דאך האט די פאליציי אים פארשיקט, און ווען ער האט נישט געוואלט, ווייל דעם איד האט זיך גענויטיג אין הילף, און נאכדערצו ווען דער איד האט קלאר געבעטן ער זאל דארט בלייבן, האט אים דער פאליציי שוין ארויף געלייגט 'קייטעלעך', נאר דעמאלטס האט ער בלית ברירה פארלאזט די סצענע

שוין צייט צו גיין 'לעגאל' מיט די פאליציי, וואס באגייט זיך מיט די הצלה 'לעגאל' און זאל הער פרייליך שטיין אין די זייט,

ווען די פאליציי וועלן פארשטיין 'אידיש' דעמאלטס איז הער פרייליך פארבעטן צוריקצוקומען

באראש » 6/2/2005 23:49

kj אייזען

איך האב דיר נאך קיינמאל נישט געזען זאגען אזוי גוט.

פלונימבפ » 7/2/2005 01:52

הער אויס הרב KJAlliance אפילו די זאלסט זיין הונדערט פראצענט גערעכט האסטו נאכאלץ נישט קיין רעכט אים אנצורופן "דער שוטה פרייליך".

מיילא Weiss321 זעהט אויס אז ער האט שוין געהאט א פריוואטע געשלעג מיט אים, אבער די KJAlliance האסט דאך שוין יא געהאט פארשידענע טובות פון אים, איז פארוואס ביסטו נישט כאטש אזויפיל מכיר טובה אים נישט אנצורופן א שוטה. קענסט שרייבן וואס די וויסט אבער זיי נישט קיין כפוי טובה.

דער איבריגע חלק וועגן די געשלעג מיט די פאליס דעפט. זעהט אויס אז די פארשטייסט אינגאנצן נישט וויאזוי אזא ארויפגעקוקטע פאליטישאן דארף זיך אויפפירן צו זיינע גוים, ער ווייסט פונקטליך וואס ער טוט ער פארשטייט גאר גוט די גאנצע סיטואציע, און אויב זאל ער זיך נישט אננעמען פאר די פאליס, וועט מען בכלל נישט האבן קיין ווארט ביי זיי. און ביי אנדערע וויכטיגערע טעמעס און ענינים ווי מ'דארף צוקומען צו אים, וועט עס שאטן פאר זיין אינפלוענס ביי די באערדע.

weiss321 » 7/2/2005 02:43

לא מיניה ולא מקצה
די מעשה האט אבער א ענדע:
דעם פרייטאג האט די ק"י אויטאריטעט געהאט א לענגערן געשפרעך מיט די הויפט פון טרופ עף
און ער האט מודה געווען אז די פאליס זענען נישט געהעריג געטרעינט צו ק"י איבערהויפט די נייע, וואס אייגענטליך איז דאס די זשאב פון די פרייליך וכדו'
ער האט צוגעזאגט צו מאכן סדר, ער האט פארציילט אינטערסאנטע פאקטן בנוגע ק"י
וועגען דעם הצלה מעמבער מעשה, איז די זאך אז דארט איז דא א טרופער פון אראבישען אפשטאם וואס האסט אידען און זאגט עס אפפען און מען דארף ספעציעל האנדלעם דערמיט
אבער ער האט פארזיכערט אז ק"י זארגן וועט ווערן ערלעדיגט ווי שנעלער


KJAlliance » 7/2/2005 05:31

פלוניבפ

מי נדחה מפני מי

אייביג זענען די פארזארגערס ביזי מיט מארגן, זאלן זיי ביזי זיין מיט היינט

און צווייטענס, איך בין נישט אינטערעסירט, אז ק"י זאל זיין א קרבן, ווייל ער וויל אויפטאן ערגעץ אנדערש

אבער, אויב דיר באדערט מיינע אויסדרוקן אויף ר' בעריש, וויל איך דיר קלאר מאכן, און פאר יעדן דא, איך האב גארנישט קעגן ר' בעריש פערזענליך, איך האב קעגן וואס ער טוט, בקיצור קעגן די חפצא נישט די גברא

שוין צייט זיי צו לייגן אין פלאץ די סטעיט פאליס

און נאכאמאל טיקעטס פאר ספידן ווי חיות, דורך פארן סטאפ סיינס, סקול באסעס, דעי אר מאור דען וועלקאום, אבער נישט סיסטעמאטישע רשעות

סאיז דא א "דיקע" ליין אינדערמיט, מען דארף שווער ארבעטן עס צו קראסן