היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שבע ברכות וויזניץ וויליאמסבורג

שבע ברכות וויזניץ וויליאמסבורג

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1269302

ekstein » 2/2/2005 02:22

א הערליכער שבע ברכות וואס קהל תורת חיים דוויזניץ האט צוגעטעלט פאר הרה"ג ר יצחק יוחנן האגער שליט"א אב"ד וויזניץ וויליאמסבורג
ווי עס האבן אנטיל גענומען כ"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן הגה"צ אב"ד סאטמער ועוד רבנים אדמורים מכל החוגים

jewboy » 2/2/2005 02:26

בילדער פליז.

KJAlliance » 2/2/2005 03:26

עקשטיין שרייבט:

א הערליכער שבע ברכות וואס קהל תורת חיים דוויזניץ האט צוגעטעלט פאר הרה"ג ר יצחק יוחנן האגער שליט"א אב"ד וויזניץ וויליאמסבורג
ווי עס האבן אנטיל גענומען כ"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן הגה"צ אב"ד סאטמער ועוד רבנים אדמורים מכל החוגים

שרייב די זעלבע ווערטער אזוי

א הערליכער שבע ברכות וואס קהל תורת חיים דוויזניץ האט צוגעטעלט פאר הרה"ג ר יצחק יוחנן האגער שליט"א אב"ד וויזניץ וויליאמסבורג
ווי עס האבן אנטיל גענומען כ"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן

הגה"צ אב"ד סאטמער


ועוד רבנים אדמורים מכל החוגים

ע"כ והמבין יבין

און צו די אנדערע, זאלי זעהט איצט, אז עס לוינט ענדערש צו זיין א מחותן מיט אלע וועלטס רבי'ס כאטשיג זיי זענען אגודיסטען, ווי צו זיין א מחותן מיט שאפראן און ביסטריץ

ekstein » 2/2/2005 03:44

ר יצחק יוחנן האט ספעציעל גערופען קיין ארץ ישראל ווען דער רב איז דארטען געווען עם איינצולאדענען -אינטערסאנט אז קיין קרית יואל האט ער נישט טעלעפאנירט-
קוקט אויס אז ער איז א קלוגער מענטש -אין ער איז פין אנגעזענסטע אין ערנעסטע אין אנגענומענע רבנים אין וויליאמסבוג וואס ווייסט אז ווען נישט דעם הייליגען רב וואס איז דער בריח התיכון פאר אלע ערליכע אידן וואלט ווילאמסבורג נישט געווען דער ירושלים דאמעריקע(כאטש אהרן טוט מיט אלע כוחות צו דיסטרויען יעדען ערנסטען זאך(ווי- ארטיסטען עירוב -צניעות-איידעלע געשעפטען-גואישע צייטונגען- אין וויליאמסבורג ווייל ער זאגט אז ער איז נישט דער פילאט זאל עס קראכן גייט עס אים נישט) אין אלע מיטונגען מיט די רבני העיר פאר תיקון העיר וואס איז א יעדע פאר חדשים וואס פראבירען אויפצוטאן וואס מען קען לטובת חיזוק הדת בעירינו איז ער א פירענדער אין מאסגעבנדער קראפט פאר די עסקני העיר מיט זיין ריכטיגען אין ערליכען מהלך

yohcee718 » 2/2/2005 04:32

אויב מ'רעדט שוין פון אמת'דיגע באריכטן

'הרה"ג' קען מען פארשטיין דאס איז א טיטול פאר א יעדען רב און ער איז באקאנט פאר א ת"ח

אבער 'אב"ד' איז א פשוט'ע שקר!

קהל תורת חיים וויזניץ וויליאמסבורג האט נישט קיין בית דין ממילא איז ער נישט קיין אב.

וואס איז דער חסרון פון רופען און זאגען פשוט אמת?

ער איז 'רב' דקהל תורת חיים

ימים ידברו ...אלע אונזערע מודעות וועט מען נישט גלייבען
פון אלטע בריווען פון גדולים פון קהילות קען מען מדייק זיין אמת'ע פאקטן פון אמאהליגע לעבען, אבער פון אונזערע דאקומענטען וועט מען איין זאך וויסען אז אלעס איז געוועהן בלאף און שקר

kelloggs » 2/2/2005 12:26

jewboy
אין וויזניץ פיקטשערס ???? דאס איז איינע פון די ערגסטע זאכען