איך האב לעצטנס באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, און כ'האב עס געוואלט אנפרעגן אנדערע.
איך בין א גרויסער קאלא ליבהאבער, איך טרינק זייער אסאך קאלא. נאר איין פראבלעם וואס קאלא ברענגט מיר, אז עס מאכט מיר דעם מאגן ברענען זייער שנעל. [אבער דאס איז נישט גענוג סיבה, מיך צו מונע זיין פון קאלא].
איך טרינק אסאך 'קאוק'. און פאר א נויט צומאל אויך 'מים חיים'. מיין עקספיריענס מיט די צוויי איז געווען אזוי: ביי 'מים חיים' האט מיין מאגן אנגעהויבן צו ברענען תיכף ווי די סאדא האט צוגערירט די מאגן-ווענטלעך. ווידער ביי 'קאוק' האט עס אנגעהויבן צו ברענען בערך א מינוט נאכ'ן טרינקען. צוליב דעם האב איך 'פריפערד' קאוק איבער מים חיים.
'פעפסי' פלעג איך קיינמאל נישט צו קויפן, ווייל כ'האב נישט ליב די גרעפיק פון זייער לאגא. [און דאס איז ביי מיר א גרויסער עיקר].
למעשה איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו זיין אין א געשעפט, ווי כ'האב געוואלט קויפן א 'קאוק', אבער זיי האבן נישט געהאט, נאר 'פעפסי'. נו במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש. האב איך געקויפט 'פעפסי'. און כדרכי, ווי איך בין געווען צוגעוואוינט, האב איך געווארט אויף דעם מאגן ברענעריי, איך ווארט און איך ווארט, אבער ווי צו להכעיס, ער רוקט זיך נישט אן.
האב איך געקלערט, אז אפשר דאס מאל איז פונקט מיין מאגן נישט געווען אזוי עמפינדליך. אבער דאך האט דאס מעורר געווען מיין נייגער. בין איך דאס קומענדיגע מאל, דירעקט געגאנגען קויפן 'פעפסי'. און אודך, איז געשעהן די זעלבע מעשה, מיין מאגן האט נישט געברענט דערפון. האב איך געטראכט, אז אפשר איז מיין מאגן שוין נישט אזוי סענסיטיוו, האב איך געקויפט נאך א 'קאוק'. און וואס מיינט איר? דער בחור איז צוריק געקומען, ער ברענט ווייטער. האב איך דאך שוין געזעהן אז יש דברים בגוי, דער 'פעפסי' זאגט עפעס. האב איך עס פרובירט כמה פעמים, און כ'האב פעסטגעשטעלט, אז אזוי ארבעט עס ביי מיר, 'קאוק' און 'מים חיים' יא, און 'פעפסי' נישט!
ממילא בין איך געקומען צו די החלטה, אז ס'לוינט צו מוותר זיין אויף שיינע גרעפיק, אויב קען מען הנאה האבן פון קאלא, און פון א רואיגן מאגן.
למעשה וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן אנדערע עקספיריענסעס אין דעם ענין.
נ.ב. אויב האט איר געעפנט דעם אשכול, און דער ענין האט אייך פאראינטעריסירט ווי די פאריעריגע שניי, און איר האט א שטייטע קאנעקשאן, און איר שעלט יעדעס מאל איר עפנט א נישט אינטערעסאנטן אשכול. דאן איים סאאאאאארי