היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » "אלע" תלמידות פון "סאטמאר" תחת גג אחד!

"אלע" תלמידות פון "סאטמאר" תחת גג אחד!

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1267994

משהבערבעק » 31/1/2005 20:57

12'טע קלאס תלמידות פון "אלע" סאטמאר'ע מוסדות, אריינגערעכנט [און נישט אויסגעשלאסן...] בארא פארק, קרית יואל, וומ"ס, מאנסי, גייען זיך מארגן – דינסטאג לסדר "כי ינצו אנשים" (משפטים) – צוזאמקומען אין "קרית יואל"! אין זאל פון "בית רחל פאראדייס", ווי זיי גייען הערן דרשות פון גרויסע רעדנערס איבער פארשידענע טעמעס!

פארשטייט זיך, אז דער חידוש איז ווי אזוי די הנהלה פון וומ"ס האבן מסכים געווען אז זייערע תלמידות זאלן מעגן אהינגיין!

סוף פאריגע וואך, האבן זיי געמאלדן אז מען וועט זיי טאקע נישט לאזן גיין, אבער אזוי ווי זיי האבן די 2 טעג – מאנטיג און דינסטיג – סיי ווי נישט קיין סקול, האט מען זיי "געגעבן רשות" אהינצוגיין!

הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד!!


נ.ב. זיי האבן די טעג נישט קיין סקול, ווייל זיי "מופן" יעצט פון בנין עסטרייכער צו בית רחל! [נעמט אין אכט: "די" מעלדינג איז נאר פאר תלמידות פון 12'טע קלאס, אזוי ווי איך האב אנגעהויבן].

ואם "לבנו" יעדנה, כמשפט הבנות יעשה לה...

Knacker » 1/2/2005 02:54

Roughly how many would there be in that year, alltogether? (ke"h)

באראש » 1/2/2005 05:09

ר' שאול פערלשטיין מיט ר' אשר אלימלך מייזעלס האבן היינט געזאגט אז עס איז לא דובים ולא יער זיי זענען נישט מסכים אז די מיידלעך זאלן פארן אויף קרית יואל

און אויב וויל מען צוזאמנעמן אלע מיידלעך זאל מען קומען קיין וויליאמסבורג און זיי געבן די זאל אומזינסט.

משהבערבעק » 1/2/2005 20:18

איך ווייס נישט צו זיי האבן "מסכים געווען"!

אבער, די תלמידות זענען שוין ארויסגעפארן 7:45 אינדערפרי פון וומ"ס!

אויב עס וועט זיך עפעס אנטוויקלן וועל איך דאס בלי"נ מעלדן!

KJAlliance » 2/2/2005 03:11

משה בער

לעצטע יאר איז עס געווען אין מאנסי

וועל מיר זעהן אויב נעקסטע יאר, אויב ס'וועט זיין אין ווילי, אויב די קרית יואל וועלן גיין