היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » מעכטיגע נייע ראוד פלענער פון ווילידזש

מעכטיגע נייע ראוד פלענער פון ווילידזש

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1267019

זשוליאני08 » 30/1/2005 21:15

אין די בולעטין די וואך איז געווען באשריבן די נייע מעכטיגע טרעפיק פלענער פון די ווילידזש, אין און ארום קרית יואל. מען גייט בויען נייע גרויסע ראודס וואס וועט מאכן סאך גרינגער אנצוקומען פון איין פלאץ צו די אנדערע, און אויך אריינצופארן און ארויסצופארן פון שטעטל.

דאס אלעס גייט קאסטן מיליאנען דאלארן, אבער וועגן דעם האמיר דאך אונזערע ווילידזש פירערס, וואס האבן די מורא'דיגע כשרון, אז זיי קענען אלעמאל ברענגען געלט.

גדלי' סעגעדין און אברהם ווידער זענען געווען אויף א קאונטי טעסק פארס, וואס האט פאר די לעצטע פאר יאר באהאנדלט וויאזוי צו פארקלענערן די פראבלעמען פון טרעפיק אין אונזער געגנט, און מען איז אויפגעקומען אויף אפאר פלענער.

קודם כל האבן די אנדערע טעסק פארס מעמבערס פארגעשלאגן אז מען זאל מאכן א נייע עקזיט אריין צום און ארויס פון 17, אויף קאונטי רוט 105, (די ראוד פון וואו מען פארט אריין צו די סטעיט פאליס ראוד). דאס וואלט לכאורה געווען א גוטע זאך, ווייל מען וואלט גרינגער געקענט אנקומען צו קרית יואל און ארויספארן פון קרית יואל (אן דארפן דורכפארן די סטעיט פאליס ראוד און די 32, ווען מען וויל פארן צום טראוועי און אן דארפן דורכפארן גאנץ מאנרא און בלומינג גראוו ווען מען וויל ארויספארן צו די מאנטעינס), אבער דער קרית יואלער עולם איז געווען קעגן דעם, ווייל ס'איז א גרויסע סכנה אז ס'זאל זיין אן עקזיט צו "קרית יואל", ספעציעל נאך 9-11. אויב וועט זיין אן עקזיט קען זיך יעדער גוי מיט שלעכטע כונות אריינכאפן אין שטעטל, דורכפירן מה שליבו חפץ און תיכף אנטלויפן. וועגן דעם האבן די ווילידזש פירערס געזאגט אז זיי ווילן עס נישט בשום אופן.

אנשטאט האט גדלי' סעגעדין פארגעשלאגן א מעכטיגן פלאן, אז מען זאל בויען א נייע ראוד פאראלעל מיט'ן 17. ד.מ. מען וועט אויסציען לארקין ראוד (וואו ס'געפינט זיך וואל מארט, האום דיפא, וכו',) אז ס'זאל לויפן ביז צו די אווערפעס נעבן פארעסט ראוד. ד.מ. אז א קרית יואל'ער איד וואס וואוינט אין יענע עק שטעטל און וויל אריינפארן אין שטאט, (אדער וויל ער פארן קיין וואל מארט,) וועט מער נישט דארפן דורכפארן די גאנצע שטעטל, נאר ער וועט ארויספארן אויף לארקין ראוד און פארן גראד ביז'ן טראוועי (אדער גראד ביז וואל מארט). אויך וועט זיך לארקין ראוד ציען ווייטער נאך פארעסט ראוד ביז צום 208, אז מען זאל קענען אנקומען סאך שנעלער צו די 17 אויף די אנדערע זייט, צו פארן צו די מאנטענס.
די פלאן וועט נישט נאר העלפן קרית יואל, נאר אויך די ארומיגע גויאישע געגנטער, וועלכע וועלן גרינגער קענען אנקומען צו וואל מארט און צום 17, און וועלן אויפהערן צו נוצן לאקעל ראודס וואו די שכנים באקלאגן זיך שטארק אז זייער לופט ווערט פארפעסטעוועט.

אן אנדערע מעכטיגע פלאן פון די ווילידזש איז, אז מען זאל אריינציען די סכנה'דיגע בויך פון קאונטי רוט 105. ד.מ. אז מען וועט אריינשניידן אין וואלד, וואו עס געפינט זיך יעצט בויער'ס לאט, 300 פיס, און אוועקנעמען די ריזיגע בויך. אויך וועט בעיקערטאון ווערן לענגער און ס'וועט מער נישט זיין די שיפע בארג וואו מען פאלט אריין אין שטעטל, אויך וועט מען גרינגער קענען אריינפארן און ארויספארן פון בעיקערטאון צום קאונטי רוט 105 און פארקערט, און ס'וועט מער נישט זיין די יעצטיגע פאני סכנה'דיגע סטאפ, וואו אויב מען וויל מאכן א לינקס פון בעיקערטאון אויף 105, מוז מען מאכן א 270 דעגרי דריי, און אויב וויל מען אריינפארן פון 105 צו בעיקערטאון קען מען נישט זען אויב א קאר קומט פון די אנדערע זייט.

אויף די גרויסע שטח וואס גייט צוקומען אויף די קרית יואל'ער זייט וועט מען בויען א ריזיגע "פארק און רייד," מיט א מקוה (אפשר גאר אפילו א בית המדרש, ווער ווייסט?) און א פת שחרית סטאר, פאר די מענטשן וועלכע פארן אריין אין שטאט, אז זיי זאלן דארט קענען איבערלאזן זייער קאר, גיין אין מקוה, זיך קויפן א פרישטאג און פון דארט אריינפארן אין שטאט. דאס וועט אוועקנעמען אסאך פון די טרעפיק אויף גארפיעלד ראוד.

getme » 30/1/2005 21:55

איך האב הנאה געהאט נעכטן לייענענדיג די בוילעטין די אלע נייעס

אבער די אלע פלענער קיקט מיר אויס "דאמירן בעלמא" אין די היינטיגע אטמעספער זע איך נישט ווער עס איז גרייט צי געבן געלט פאר די זאכן

סיי ווייל עס איז בעיקר קר"י אין סיי ווייל די סטעיט אין פעדראל פינאצירן נישט גרעסערע אין ווכטיגע זאכן ווי דאס פשוט וועגן בודשעט פראבלעמען

לכאורה וועט די 105-בעיקרטאון רד איבערמאכן יא צישטאנד קימען ווייל פארדעם איז שוין לאנג דא געלט
איין קשיא האב איך ,מעג די שטאט אוועק נעמען פין א פריוואטע מענטש לאנד פאר א ראוד?
{אינזער פאל געהער די לאנד פאר בויער-נייטרא די ווידלעש וויל עס האבן איבער מאכן בעיקרטאון ראוד}

תוקן על ידי - getme - 30/01/2005 22:00:23

שפתי_צדק » 30/1/2005 22:00

זשוליאני, מאך א צייכנונג, ערקלער וואס דו רעדסט, נישט יעדער איז אזוי באקאנט מיט די קרית יואל'ער מאפע
[בילד – נישט אפגעהיט]

שפתי_צדק » 30/1/2005 22:03

דאס איז בעסער, איך גיב נאר א דוגמא, לייג אנדערע געגנטער און זיי מסביר!
עס איז געשעהן א טעות - איך גיי עס יעצט פאררעכטן

תוקן על ידי - שפתי_צדק - 30/01/2005 22:06:17

שפתי_צדק » 30/1/2005 22:06

תיקון טעות
[בילד – נישט אפגעהיט]

שפתי_צדק » 30/1/2005 22:10

דא זעהט מען דעם "בויך"

תוקן על ידי - שפתי_צדק - 30/01/2005 22:24:23
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 30/1/2005 22:25

שפתי צדק, פון וואו האסטו די בילד פון קרית יואל פון דער לופט?

שפתי_צדק » 30/1/2005 22:36

www.globeexplorer.com

אלע בילךדער זענען דארט פון 2001. פאר 20 דאלאר קען מען האבן א שיין בילד אהן די לאגא פון די קאמפאני.

זשוליאני08 » 31/1/2005 00:03

עפנט אויף דעם לינק צו זען א פונקטליכע מאפע פון קרית יואל און די נייע פלענער.

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1267163

קריתיואלער » 31/1/2005 02:33

געטמי, ליהוי ידוע אז א גאווערמענט (פעדעראל, סטעיט, סיטי, טאון ווילעדזש) קען לעגאל צונעמען וועלכע פראפערטי זיי ווילן, אויב פעלט זיך עס אויס פאר די טובה פון די איינוואוינער, און זיי דארפן באצאלן פאר די בעלי בתים פעיר מארקעט פרייז.

נאכמער, ווען קרית יואל גייט בויען די פייפליין גייען זיי קענען לעגאל צווינגען בלומינג גראוו און אלע אנדערע מוניסיפעליטיס צו לאזן גראבן אין זייער שטח און אינסטאלירן די פייפליין.

אין יעצטיגן פאל האט די קאונטי צוגענומען פון בויער די פראפערטי, אבער די סיבה פארוואס ס'האט זיך געשלעפט דאס בויען ביז יעצט איז ווייל בויער פארלאנגט ביטערע געלטער און די קאונטי האט עס נישט געהאלטן ביים באצאלן בשום אופן. זיי האבן נאר באצאלט פאר די ראוד. יעצט אבער האט די ווילידזש געשאפן די געלט און וועט עס באצאלן פאר בויער.

זשוליאני08 » 31/1/2005 17:57

איך בין נישט קיין מעמבער אויף חדשותאנש קען איך נישט דארט רעדן צו דעם באוואוסטן חרש שוטה וקטן עקשטיין, א יליד קרית יואל, אבער וויבאלד יענער אשכול לינקט אהער וועלן מענטשן וואס ליינען יענע אשכול קענען זען וואס איך שרייב דא.

נאמבער 1: דער טיפש עקשטיין האט קיינמאל ביז היינט נישט געעפנט קיין איין אשכול וועגן די גרענט צו פארעכטן די ראוד. ער פראבירט נאר צו ווייזן זיין גרויסע גאונות, כאילו ער האט עס געוואוסט פאר א צווייטן און כאילו איינער אויפ'ן כדור הארץ רעכנט זיך מיט אים (ווי יעדער ווייסט שוין היינט וואס מער ער ווייזט זיין גאונות אלס מער זעט מען זיין טיפשות)

נאמבער 2: דער טיפש שרייבט אז די ווילידזש האט געהאט די געלט און האט קיינמאל נישט געפיקסט די ראוד (כאילו איינער האט דא אפגעציילט צוויי הונדערט טויזנט דאלאר אין קעש און גדלי' סעגעדין האט עס אריינגערוקט אין טאש.) יעדער מאן דהו וואס ליינט דעם רעקארד זעט קלאר אז די ווילידזש האט גארנישט מיט די גרענט, נאר די קאונטי. די ווילידזש גייט ניטאמאל טאטשן די ראוד. די קאונטי איז די וואס גייט עס פיקסן מיט זייערע אייגענע גרויסע געלע זאמד טראקס און טרעקטארס. די איינציגסטע זאך וואס די ווילידזש גייט מאכן איז די פארק און רייד און די אנדערע הערליכע קאמפלעקסן וואס מען גייט דארט בויען. די קאונטי האט געהאט אוועקגעלייגט געלט פאר דעם צוועק און עס נישט אנגעפאנגען צו בויען, און דער טיפש שרייט אז די ווילידזש איז שולדיג. ווען ער וואלט געקענט ליינען צוויי שורות ענגליש אדער אידיש גראד וואלט ער אנדערש גערעדט.

נאמבער 3: וואס דער טיפש עקשטיין זאגט נישט (ווייל ער ווייסט עס נישט) איז אז די ראוד געהערט ניטאמאל פאר די ווילידזש, ס'באלאנגט פאר די קאונטי און וועגן דעם הייסט עס קאונטי רוט 105 און נישט ווילידזש רוט 105. און די קאונטי איז מסכים עס צו פיקסן ווייל ס'איז א סכנה אויך פאר אלע גויאישע דורכפארערס און נישט נאר פאר קרית יואלע איינוואוינערס. סאו וואס האקט ער אין טשייניק אז די ווילידזש האט באקומען א גרענט, ווען לעגאל טאר די ווילידזש אפילו נישט טאטשן די ראוד?

נאמבער 4: דער טיפש עקשטיין רעדט כאילו ער ווייסט אפילו וואס מען האט פארהאנדלט מיט גבריאל בויער. וואס ער זאגט אבער נישט (ווייל ער הייבט נישט אן צו וויסן בחייכון) איז אז ועד הקרי' לויפט שוין נאך יארן דעם בויער אז ער זאל אנפאנגען צו דעוועלאפן זיין לאט, אבער ער ענטפערט זיי בלא, "איך האלט נישט דערביי!" האט ער זיי געזאגט איינמאל און נאכאמאל. "מיינע יורשים וועלן דארט בויען הייזער!" עס פעלט אים נישט קיין געלט און ער איז שוין נישט קיין יונגער מענטש, האט ער באשלאסן אז פארוואס זאל ער יעצט בויען הייזער ווען ער קען לאזן די ליידיגע שטחים ווארטן און ווערן טייערער און טייערער, אז ער זאל קענען איבערלאזן פאר זיינע קינדער אן אוצר פון גאלד.

נאמבער 5: וואס דער טיפש עקשטיין וויל נישט מען זאל וויסן איז דאס וואס אנדערע האבן אים גוט אפגעענטפערט, דהיינו: די גאנצע פראפערטי איז איבערגעגעבן געווארן פאר בויער מיט א שרעקליכע גניבה און גזילה, דורך דעם גנב און אנזעצער משה פריעדמאן, וואס האט איבערגעשריבן די פראפערטי אויף בויער'ס נאמען, בתנאי אז בויער איז מוותר אויף א חוב פון א מיליאן דאלאר.

נאמבער 6: וואס דער טיפש עקשטיין וויל אויך נישט מען זאל וויסן איז, אז די איינציגסטע סיבה פארוואס עס האט זיך פארשלעפט און מען האט נישט אנגעפאנגען צו פיקסן די ראוד ביז היינט, איז ווייל בויער האט עס נישט צוגעלאזט מיט שיינעם און ארומגעשלעפט זייער לאנג.

עקשטיין. דו ביסט א ידען אין צוברעכען אידישע הייזער און אין מאכן פאני קאלס. ווען עס רעדט זיך אבער פון ידיעות אין מילי דעלמא, ביטע לאז עס פאר די קלוגערע און עלטערע פון דיר, וואס ווייסן וואס טוט זיך מיט זיי.

שפתי_צדק » 31/1/2005 23:13

זשוליאני, דו ביזט א מומחה אין קרית יואל'ער ראודס, איך האב געהאט נעכטן א קאר, איך בין אביסל ארומגעפאהרן אינדרויסן פון שטעטל אויך אינעוייניג, איך מוז מודה זיין, אז עס איז ממש א פראכט, בקיצור, איך בין אריינגעפאהרן אויף מירון די ערשטע לינקס (נישט קעגן לייפניק, איינס נאכדעם) עס קמט אהן צום 17, וואס גייט דארט זיין? האסט דאך געזאגט אז מען גייט נישט מאכן א עקזיט צו קרית יואל? און בכלל, די הייזער קעגנאיבער לייפניק גייט אויך זיין א פרייוועט ראוד, און ביז וואו די הייזער ענדיגן זיך גייט זיין בעיקערטאון?

זשוליאני08 » 1/2/2005 03:43

איך קען מיך נישט ספעשל אויס מיט קרית יואל'ע ראודס, איך ווייס נאר וואס מ'שמועסט אין בית המדרש.

לויט וויפיל איך ווייס גייט די גאס קעגן איבער לייפניק הייסן טבריא. ס'גייט זיין אן אינטערסאנטע גאס ווייל די ערשטע הויז, אויב דו באמערקסט, איז מיט'ן פנים אריין, די נעקסטע הויז, ווייטער ארויף איז מיט'ן פנים ארויס.

מאיר יאנקל אינדיג זאגט פאר זיינע קאסטומערס פון די צווייטע בילדינג, אז זיי גייען זיין אויף בעיקערטאון און נישט אויף קאונטי רוט 105 (אויב דו זעסט איז עס געבויט מורא'דיג נאנט צום ראוד, ס'איז ממש נישט מעגליך אזוי צו וואוינען. די איינציגסטע סיבה וואס איך קען טראכטן פארוואס מען לאזט אים אזוי בויען איז ווייל נאכדעם וואס מען וועט ענדיגן איבערצומאכן די ראודס וועט ער נישט זיין אזוי נאנט צום ראוד)

די נעקסטע גאס אין מירון, נאך טבריא, גייט הייסן פראג. לויט ווי איך ווייס גייט נישט זיין דארט אן עקזיט ארויס צום 17, ס'גייט זיין א "דעד ענד". אויף יענע גאס געפינען זיך די שטחים וואס משה פריעדמאן האט אוועקגעטיילט אויף רעכטס און אויף לינקס, פאר ער האט איבערגעלאזט ועד הקרי', פונקט ווי אויף מירון.

קריתיואלער » 1/2/2005 08:45

אז מען רעדט פון די נייע גאס פראג וויל איך דא צולייגן.

די גאס פארמאגט ארום 20-30 לאטס, אלע דערפון האט משה מאנראוער אוועקגעטיילט פאר מענטשן וואס ער איז זיי שולדיג געווען אפאר טויזנט דאלאר (ד.מ. אז פאר נאר 50,000 דאלאר דעמאלץ זענען אסאך מענטשן היינט גרויסע מיליאנערן). צווישן די מענטשן וואס האבן דארט לאטס זענען גרויסע זאליס, ווי למשל מאיר דייטש, משה טובי' בראווער און יודעלע וויינשטאק.

אבער משה מאנראוער (אנטשולדיגט, וויליאמסבורגער) האט עס אפילו נישט געמאכט ליגעל. ער האט געגעבן פאר די אידן נישט מער ווי א אידישע צעטעלע. מאיר הירש וואלט געקענט זאגן אז ער רעכנט זיך נישט מיט די אידישע צעטעלע ווייל ליגעלי באלאנגען די לאטס פאר ועד הקרי' (העכסטנס וואלט ער זיי צוריקגעגעבן די פאר טויזנט דאלאר וואס זיי האבן געגעבן פאר משה פריעדמאן)

אבער מאיר האט עס נישט געטאן. ער האט זיך געזעצט מיט יעדן פון די מענטשן צום טיש און זיי ליגעלי איבערגעשריבן די דידס.

די מעשה גייט נאך סאך ווייטער, ס'איז דא גרויסע פראבלעמען מיט די גאנצע פראג גאס, ווייל ס'קומט אויס ממש ביים גרעניץ פון די "וועטלענד", און די די.אי.סי. האט באשלאסן אז מען טאר נישט דארט בויען קיין הייזער. מען מוז דאס יעצט אויספייטן מיט זיי און ס'קאסט אפ הונדערטער טויזנטער דאלאר. ווער מיינט עטס באצאלט עס?

נישט די פראפערטי אונערס נאר: מאיר הירש!

שטעלטס ענק פאר ווען מאיר זאגט ווען פאר די פראפערטי אונערס, "שטעלטס ענק אויפ'ן קאפ. עטס ווילטס דארט בויען מוזט עטס עס אליינס אויספייטן." ווען ער טוט דאס ווען וואלט מען קיינמאל דארט נישט געבויט קיין הייזער, ווייל די מענטשן וואלטן קיינמאל נישט ארויסגענומען קיין געלט פון טאש צו פייטן די די.אי.סי. ס'וואלט אויסגעבראכן א גאנצע מחלוקה צווישן זיי ווער ס'דארף באצאלן די געלט. איינער וואלט געשריגן, "פארוואס דארף איך באצאלן אזוי סאך, איך האב נאר א האלבן עיקער, דו האסט א גאנצע עיקער, דו דארפסט צאלן דאפלט." א.א.וו.

דאס איז נאר איינס פון די ריזיגע הוצאות פון ועד הקרי' (און דא העלפט עס ארויס גרויסע זאליס, ווי למשל מאיר דייטש).

תוקן על ידי - קריתיואלער - 01/02/2005 8:59:57

באראש » 1/2/2005 16:09

די בריף אין רעקארד מיט א יאר צוריק איבער די פראבלעם פון קאונטי רוד 105

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1242510

באראש » 6/2/2005 23:58

זלמן לייב אינדיג האט אויך דארט א לאט.

נאך אביסל וועלן זיין אסאך נייע עשירים אין שטעטל.

מיט 25,000 איבריגע דאלאר דעמאלץ קען מען היינט ווערן א מיליאנער.

אוי, א שאד. ווי בין איך דעמאלץ געוועזן?