היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ויזניץ-ב"ב כולל פון ב"פ אין סאסמאנס כולל

ויזניץ-ב"ב כולל פון ב"פ אין סאסמאנס כולל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1265174

באראש » 28/1/2005 21:43

פארגאנגענע וואך האט א שיירא פון ויזניצער יונגעלייט זיך ארויסגעלאזט קיין קר"י צו גיין נאך געלט פאר זייער כולל,

און איינע פון די פלעצער ווי זיי זענען געגאנגען איז געווען ביי סאסמאנס כולל, און די ראה"כ האט זיי געגבן רשות ארומצוגיין,

אבער ווען זיי זענען ארומגעגאנגען צו די יונגעלייט, האט זיי באגלייט 2 יונגעלייט פון כולל און געגאנגען זאגן פאר יעדן אז די זענען ציונים מען טאר זיי נישט שטיצען זיי האבן גענוג געלט פון די רעגירונג,

בקיצור עס איז געוורן אן איבערדרייעניש פ"וו מען האט זיי געלאזט אריין אין כולל און פ"וו בכלל אריין אין קרית יואל.

די אינגעלייט פארציילן אז אלע 50 יונגעלייט זענען געווען פארנומען אז אהרן ט"ב איז שולדיג פ"וו זיי זענען דא און אלעס האט זיך געדרייט ארום אהרן ט"ב

זשוליאני08 » 28/1/2005 22:49

נו, וואס ווילסטו באראשל?

ס'רעדט זיך נעבעך פון אפאר פאר'מרה שחורה'טע מענטשן. זיי זענען נעבעך אזוי אנגעווייטאגט אז זיי געבן זיך אויס אויף אפאר וויזניצע יונגעלייט

נעבעך נעבעך.

די גאנצע וועלט איז שולדיג אז זיי זענען אזעלכע לוזערס.

ahron_2005 » 30/1/2005 04:11

וויפיל יאר קומען זיי שוין קיין ק"י?
וואס טוט זיך מיט אנדערע מוסדות וואס זענען נישט און די סאטמערע שיטה, קומען זיי אויך נאך געלט דארט?