חברה, עטס מוזטס אנפאנגען צו ליינען דעם באריכט. איך ליין עס יעדע וואך און איך באלעק מיך די פינגער. נישט יעדן טאג זעט מען וויאזוי מענטשן טוען זיך אויס נאקעט בפני כל עם ועדה. איך זאג ענק, זייט עס איז דא אזא זאך ווי קיען איז נאכנישט געווען אזעלכע קיען ווי די קיען.
די וואך האבן זיי א מעכטיגע קאנספיראציע אויפדעקונג. ממש אנבעליוועבל. זיי האבן אויסגעפינען פונקטליך וויאזוי די ווילידזש פלאנט צו מאכן אן אייגענע פאליס דעפארטמענט.
דהיינו, עס איז ממש אוממעגליך צו מאכן אן אייגענע פאליס דעפארטמענט ווייל רוב אנדערע ווילידזשעס אין אמעריקע האבן נישט קיין אייגענע פאליס דעפארטמענט; די שכנות'דיגע ווילידזשעס, מאנרא און הערימאן, האבן נישט קיין אייגענע פאליס דעפארטמענט און אויב די ווילידזש וויל קענען זיי נישט מאכן אפילו אן אייגענע ווילידזש קאורט, פונקט ווי אין סקווער.
מען מוז ארבעטן מורא'דיג כיטרע צו עפענען אן אייגענע פאליס דעפארטמענט. מען קען עס נישט טאן סתם אזוי.
סאו וואס טוט מען?
הערטס און שטוינטס מיט וואספארא בהמות מען האט דא צו טאן.
זיי זענען ארויפגעקומען, אז די ווילידזש האט זיך אנגעפאנגען צו שלאגן מיט די סטעיט פּאליס. ביי יעדע פייער אדער עקסידענט וואס געשענט מאכט די ווילידזש זיכער אז "ס'זאל קומען צו לייכטע אנשטויסעניש" מיט די סטעיט פאליס. אויך האט די פאבליק סעיפטי אריינגעגעבן קאמפלעינטס קעגן "געוויסע פאליציי אפיצירן אז זיי קומען זיך נישט אויס מיט די קאמיוניטי". אזוי וועט ווערן א רעקארד אז די פאליציי פארטראגט זיך נישט מיט קרית יואל און מען וועט בעל כרחך מוזן גרינדן אן אייגענע פאליס דעפארטמענט.
פארגעסטס נישט ס'איז 2005 און ס'איז אמעריקע, נישט קאריע אדער טשיינע, און מען פארקויפט פאר מענטשן אזעלכע באפקעס.