היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » נייע קאמפיוטער, ווי לוינט צו קויפן

נייע קאמפיוטער, ווי לוינט צו קויפן

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1264281

נער_תמים » 27/1/2005 23:12

דעלל, איי בי עם, דירעקט, דעפארטמענטס סטאר, אי בעי
היימישע עלעקטראניקס סטאר, בי ענד עיטש, דזשעי ענד אר,

ווי לוינט צו קויפן א נייע קאמפיוטער?

וואס איז היינט א טאפ אוו די ליין מאשין,
וואס פעלט אויס צו נאכקוקן פאר מען קויפט?
מעמארי, הארד דרייוו ספעיס, פראסעסאר, ווי גרויס וויפיל?

זאליweaky » 27/1/2005 23:57

איך וויל אויך וויסן, איך האב געקויפט א לעפטאפ, מיט א פענטיום 4 3.06 GHZ פראסעסאר, אבער מיין קאמפיוטער ארבעט נאך אלץ נישט גענוג שנעל.

פארוואס ???

shia550 » 28/1/2005 00:22

איך וואלט געזאגט נאר דעל

קיינער קען נישט קאמפיטען מיט זייער סערוויס ווען עס מאכט זיך א עת צרה.

נער_תמים » 28/1/2005 02:15

אבער עס קאסט מיט א פינף הונדערט דאלער טייערער די זעלבע מאשין, ווי וען די קויפסט דאס פארטיג רעדי מעיד
נישט אזוי?

קרינסקי » 28/1/2005 03:19

DELL איז טטייערער פון אנדערע? לא ידעתי.

מהפך_פשטא » 28/1/2005 04:53

net on demand in monsey, best service in town,
www.netondemand.com

for more info contect me?

shia550 » 28/1/2005 06:02

איך האב יעצט באקומען אויף פאסט א דעל קאטאלאג, אין איך האב געזען פרייזען אונגעפאנגען פון 3.99$

איך פינעף הונדערט דאלער מער קען עס זיכער נישט זיין, אין בכלל זעט עס מיר נישט אויס טייערער פון די אנדערע

באראפארקער » 28/1/2005 07:59

דעלל איד גוט.
זאלי
א לעפטאפ ארבעט נישט שנעל יהיה מה שיהיה, ווייל די הארד דרייו פין א לעפ טאפ איז שטאטער פין א גרויסע קומפיוטער.

זאליweaky » 28/1/2005 08:11

איז דא צו דעם א עצה ???

א שטארקערע סאפטוועיר, א שנעלערע פראסעסאר, וכדו' ???

אגב, פון פראקטיק קען איך זאגן קלאר אז די בעסטע איז צו קויפן ביי א היימישן סוחר.
אויסער די מצות עשה דאורייתא פון וחי אחיך עמך, וואס בדרך כלל זענען זיי נישט טייערער פון אלע אנדערע סטאר'ס. האט א היימישער איד מער הארץ און געפיל צו העלפן ביי א פראבלעם.

ביי א גוי קען מען אסאך מאל מיאוס אריינפאלן, ובדידי הוה עובדא (אי. בעי.), און איך האב שוין געהערט פון פילע אנדערע (ווי א חכם לאחר המעשה) וואס זענען אריינגעפאלן.

shia550 » 28/1/2005 20:18

זאלי איז גערעכט איז אויף איבעי אין ביי א גוי לוינט זיך נישט צו קויפען.

בנוגע וחי אחיך עמך איז גוט צו זאגען ווען מען קויפט א קאומפיוטער פארן שטיב אין עס וועט זיין צובראכען אפאר טאג איז נישט געפערליך, אבער אז מען דארף עס אין געשעפט אין יעדער מינוט איז הפסד מרובה דארף מען קויפען ביי איינעם וואס איז גענוג גרויס צו פאררעכטן פראבלעמען געשווינג.

כנלענ"ד

מהפך_פשטא » 28/1/2005 20:43

ער ריפט מיר אן מיט טענות, היתכן איך האב געשריבען .com אנשטאט .net

נישט קיין שכויח אדער וואס!!?? נו זאל זיין אזוי,

א גיט שבת יוס'קה, אזוי איז גיט??

www.netondemand.net

845-425-3200

THE BEST SERVICE IN MONSEY AND BROOKLYN

יוסעלע » 29/1/2005 21:14

פארשטייט זיך די בעסטע קאמפיוטער מיט די ווייניגסטע קאפווייטאג וועסטו "נאר" טרעפן פון אט די קאמפאני.
http://store.apple.com/1-800-MY-APPLE/WebObjects/AppleStore

אזויפיל קען איך דיר זאגן אז אסאך וועלן שרייען "אדרבה, איפכא מסתברא", אבער די חברה האבן די סארט קאמפיוטער נאך קיינמאל נישט פראבירט, ממילא ווייסן זיי נישט וואס זיי רעדן.

גוד לאק.

יוסעלע

שמעק_טאביק » 1/2/2005 04:14

וואו צו קויפן א קאמפיוטער איז שוין אן אלטע שווערע קשיא. אויב פאלגסטו יאסעלע און גייסט מיט א "מעק", איז נישט דא צופיל שאלות, אבער פילייכט וועסטו קויפן א PC ווי רוב האבן היינט, איז דארפסטו קוקן די פאלגענדע זאכן.

DELL איז זייער א גוטע קאמפאני. דאס וואס איינער שרייבט פריער אז קיינער קען זיך מיט זיי נישט פארמעסטן ווען עס קומט אן עת צרה, איז שוין נישט אזוי אמת היינט צו טאג ווען זייער סערוויס איז געווארן געטרענספערט קיין אינדיע (אוטסאורסינג בלע"ז) ווי פילע אנדערע קאמפאניס טוען כדי צו שפארן די גרויסע קאסטן פון אמעריקאנער יונגען צו ענטפערן טעלעפאנען. אבער דאך זענען זיי RELIABLE און גאנץ ביליג.

אבער פונדעסטוועגן דאך זענען זיי נישט קיין דבר השלם. למשל HP אדער COMPAQ האבן שענערע דעזיינס (אויב עס אינטרעסירט דיר), און זיי האבן אריינגעבויעטע "מעמארי קארד רידער" וואס איז זייער וויכטיג אויב דו האסט א דיזשיטעל קעמערע אדער פאלם פיילאט וכדו' וואס קומט מיט א מעמארי קארטל. DELL האט נאך נישט דערווייל אזעלכע זאכן. און הגם מ'קען צוקויפן אזעלכע "קארד רידערס" פאר בערך 20-25 דאלער (קאנעקטעד דורך א USB פארט), איז עס נישט קיין פארגלייך צו די באקוועמליכקייט פון אן אריינגעבויעטן סיסטעם.

אזוי אויך האט HP בערך 3 USB פארטס אין פארנט פון קאמפיוטער אויף א באקוועמען ארט (נישט ווי DELL וואס האט 2 שטיקלעך גאנץ אונטן פון קאמפיוטער וואס איז גאר שווער אויב דו האלטסט דעם PC אויף דער ערד). און אויך פארשידענע AUDIO PORTS האט HP פון פארנט וואס מאכט פיל גרינגער דעם באנוץ פונעם קאמפיוטער.

פרייזן זענען זיי בערך די זעלבע (COMPAQ איז א טראפ ביליגער), און סערוויס איז DELL אביסל בעסער.

אויב דו נעמסט WINDOWS XP (וואס קומט מיט יעדע נייע קאמפיוטער ממילא) נעם XP PROFFESIONAL, וואס איז מער סטעבל ווי XP HOME, און עס איז אויך בעסער פאר אידיש (פאקט איז אז מער אידישע אותיות ארבעטן אויף XP PROFFESIONAL, בפרט אויב מ'נוצט עס מיט WORD 2003).

ס'איז זיכער אויב דו קענסט גיין דורך א איד וואס וועט דיר געבן סערוויס (איך ווייס פון עטליכע אזעלכע היימישע אין וומסב"ג און אין מאנסי) איז "וחי אחיך עמך", און גיי צו זיי. אויב האסטו שוין געהאט קאפ ווייטאג אדער דו ווילסט דוקא גיין דורך די אינטערנעט (צב"ש ווייל דו ווילסט דוקא נוצן דיין קרעדיט קארד, וכדו') זענען די 2 קאמפעניס גאנץ גוט.

פון SONY שטיי ווייט, זיי זענען זייער טייער. GATEWAY איז אויך נישט שלעכט אבער אביסל טייערער ווי די אנדערע.

שמעק_טאביק » 1/2/2005 04:21

וואס איז היינט א טאפ-אף-די-ליין מאשין?

- Pentium 4 - 3.6 GHz
- איין גיג רעם (מעמארי)
- מינימום 160 גיג הארד-דרייוו
- א גוטע גרעפיקס קארד מיט 64 מעג מעמארי מינימום (פאר געימס אדער ווידיאו עדיטינג)
- אויב האסטו ליב מוזיק נעם א סאונד-קארד מיט לכה"פ 2.1 ספיקערס (ד.ה. 2 מיט א סאבוואפער)

פאר סיי וועלכע שאלה בפרטיות קענסטו מיר פרעגן אין אישית. איך האב שוין אסאך קאמפיוטערס געקויפט פאר פארשידענע מענטשן, און איך האב שוין אביסל עקספיריענס.

טוב_לכל » 1/2/2005 04:28

וואו קען איך טשעקן מיין קאמפיוטער וואספארא רעם ס'האט וכדו' ?

שמעק_טאביק » 1/2/2005 04:30

בארא פארקער,

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט וועגן א לעפטאפ, אבער היינטיגע לעפטאפס זענען כמעט גארנישט צוריקגעשטאנען פון דעסקטאפס.

למשל איך האב א לעפטאפ (אויף וואס איך טייפ דא - היידפארק) און איז גאר שנעל. מיין הארד דרייוו איז א 60 גיג וואס לויפט 7200 RPM - אקוראט די זעלבע שנעלקייט ווי א דעסקטאפ הארד דרייוו. קיין שום חילוק נישט.

וואס איז יא א שטיקל חילוק איז די "באס" ספיד פון די פראסעסאר CPU, וואס וועט זיך בקרוב ענדיגן ווייל אינטעל גייט ארויסגעבן א נייע טשיפ פאר לעפטאפס וואס גייט לויפן אויף א שנעלערן ספיד (כ'בין נישט זיכער אבער כ'מיין אויף 533 MHZ) וואס איז כמעט אזוי שנעל ווי די דעסקטאפס. כאטש די דעסקטאפס לויפן שוין היינט אויף 800 MHZ. אויך וועט די נייע טשיפ זיין זייער גוט צו האלטן לאנג א באטערי פון א לעפטאפ, נאך פיל בעסער ווי די ביז-איצטיגע "סענטרינא" טשיפס.

אזוי אויך די SDRAM לויפט נאך נישט אזוי שנעל ווי א דעסקטאפ, אבער א נארמאלער מענטש וועט נישט זעהן קיין שום חילוק אין די שנעלקייט פון די מעמארי אדער CPU.

איין זאך וועל איך יא מודה זיין מיט שנעלקייט פון הארד-דרייווס, אז די נייע טעכנאלאגיע פון SATA הארד דרייווס איז נאך נישט פארהאן אין לעפטאפס, אבער וועט מסתמא שוין זיין בקרוב, און זיכער ביים סוף פון יאר 2005.

אפילו די נייע PCI EXPRESS טעכנאלאגיע זענען שוין פאראן אויף לעפטאפס (וואס איז גאר שנעל פאר די גרעפיקס/ווידיא קארד).

CD רייטערס איז נאך נישט דא אזעלכע שנעלע אויף לעפטאפ, אבער DVD רייטערס יא. א DVD רייטער איז דערווייל זייער טייער אויף לעפטאפס (בערך $200) אבער אז מ'נעמט א שנעלע DVD רייטער באקומט מען אויטאמאטיש אויך מיט א שענלערע CD רייטער.

עכ"פ פאר רוב פון אונזער עולם וואס וויל א לעפטאפ, זאל וויסן אז מ'קען רואיג באקומען גוטע שנעלע לעפטאפס, כמעט אזוי גוט ווי א דעסקטאפ.

שמעק_טאביק » 1/2/2005 04:33

טוב_לכל,

עס איז דא עטליכע וועגן, אבער די פשוט'סטע און גרינגסטע איז די פאלגענדע וועג.

- גיי צו דיין START באטן, און דרוק RUN...
- טייפ אריין DXDIAG און דרוק ענטער
- אויב פרעגט ער צי ער זאל זיך קאנעקטן, ענטפער ניין NO
- ווארט א מינוט, און אלע אינפארמאציע וועט ארויפקומען, צוטיילט אין טעבס.

האסטו נאך קשיות? דארפסט נאך אינפארמאציע? לאז מיר וויסן.

באראפארקער » 1/2/2005 07:38

dxdiag זאגט נישט וועלכע שנעלקייט די מעמארי איז, מען דארף ניצען אן אנדערע tool פארדעם.
צו זעהן וויפיל מעמארי אויף א קומפיאטער קען מען רעכט קליקען אויף מיין קומפיוטער און גיין צו פראפערטיס דארט שטייט וויפיל מעמארי. די אלטע וועג איז צו טייפען mem ביי א דאס פראמפט.

און די נייערע שנעלערע הארד דרייווס פאר א לאפטאפ קאסטען בערך מיט הונדרעט דאלאר מער ווי די עלטערע שטאטערע מין, אזוי אז טאמער איינער האט נישט קיין ברייטע קעשענע איז אים בעסער צו קויפען א גרויסע דעסקטאפ ווי א לאפטאפ, ווי אויך צו פיקסען אויב עס צוברעכט זיך איז א סאך ביליגער א גרויסע קומפיוטער. ווי אויך לעפטעפס, האלטען זיך נישט אזוי לאנג אויב מען ניצט עס גאר אסאך, משא"כ דעסקטפאס.

און ר' שמעק טאבאק, איך האב אין די לעצטע יאר פארקויפט איבער הונדרעט קומפיוטערס, ממילא קען איך זיך אויס גאר גוט אין די נושא.

שמעק_טאביק » 1/2/2005 16:36

א גוט מארגן באראפארקער!

איך האב געמאכט א רייט-קליק אויף מיין דעסקטאפ און געדריקט פראפערטיס, אבער נישט געפינען וויפיל מעמארי איך האב. (בלויז ווידיא מעמארי קען מען זעהן צומאל). איך ווייס נישט וואס דו מיינסט.

DXDIAG איז נישט צו זעהן וועלכע "סארט" מעמארי מען האט, נאר בלויז וויפיל. ביזט גערעכט, עס זענען פארהאן אנדערע טאלס און פראגראמען דאס אויסצוטשעקן. אריך האב איינס אויף מיין לעפטאפ.

דאס וואס איינער פארקויפט 100טער קאמפיוטערס איז נישט קיין ראי'. וויפיל קאמפאניס פארקויפן טויזענטער קאמפיוטערס און ווייסן נישט די קליינע דעטאלן? למשל COMPUSA אדער CDW און נאך אנדערע צענדליגער געשעפטן? זיי פארקויפן בלויז פארטיגע סיסטעמ'ס וואס קומט שוין אין א באקס, זיי טוען נישט אליינס קאסטעמייזן ווי מ'קען טון סיי ביי DELL און HP אדער GATEWAY וכדו'. אדרבה, פרוביר אנצוקלינגען איינע פון די אויבנדערמאנטע געשעפטן, פרעג זיי וועגן א דעסקטאפ אדער לעפטאפ, און פרעג זיי אויף וועלכע "באס ספיד" לויפט די CPU אדער די מעמארי און זיי וועלן קוקן ווי דער האן אין די "בני אדם"...

איך זאג נישט אז דו קענסט נישט, באראפארקער טייערער, אבער געשריבן האסטו אז "יהיה מה שיהיה" וועט קיין לעפטאפ נישט ארבעטן שנעל, דערפאר האב איך דיר געוואלט שרייבן אז עס איז יא מעגליך. און דער וואס האט זיך אפגערעדט אויבן אז זיין לעפטאפ מיט 3.4 GHZ ארבעט נישט גענוג שנעל זאל בעסער אויסטשעקן זיין לעפטאפ באצייטנס... עפעס איז ראנג. אזא מאשין דארף ארבעטן ש-נ-ע-ל.....!

באראפארקער » 1/2/2005 17:20

שמעק,
איך האב נאך נישט באגעגענט א קומפיאטער וואס האט נישט די אינפארמאציע דארט. אויף דיין קומפיוטער איז דאס נישט דא?
[בילד – נישט אפגעהיט]

שמעק_טאביק » 2/2/2005 03:47

אנטשולדחי מיר טויזענט מאל. ס'איז מיין טעות. איך האב געמיינט דו מיינסט די DISPLAY פראפערטיס ווען מ'רייט קליקט אויף א ליידיגן פלאץ אינעם דעסקטאפ. איך האב פארזעהן דעם MY COMPUTER וואס דו שרייבסט. יא ביזט טאקע גערעכט.

יוסף_נפתלי » 2/2/2005 05:44

SONY VAIO is the best much more expensive but still worth it.
its better and faster then dell.
and its as fast as a desktop.

btw: i got burned twice with ebay

תוקן על ידי - יוסף_נפתלי - 02/02/2005 5:48:37

שמעק_טאביק » 2/2/2005 06:17

יוסף נפתלי,

Can you explain WHY Sony is the best? I have never read any review about Sony being better than others

יוסף_נפתלי » 2/2/2005 06:34

my own experience ive had a dell and a compaq now im using a sony nothing to compare.

ליכטיג » 2/2/2005 07:29

יוסףנפתלי
איך וויל יעצט אויך קויפען א נייע קאמפיוטער, וואס פאר א מעלות האסטו געזען אין SONY
קענסט אפשר שרייבען פרטים?

tzikucht » 2/2/2005 07:42

אלס א סייד נאוט:

פאר די וואס זיכען מציאות זאלן וייזיטען www.fatwallet.com אין זיכען אין די פורעמס פאר "האט מציאות" ווען איך האב געשאפט מיין דעל האב איך זיך געשפארט גרויס געלט דורך זיי, דאנסמאל האט דעל געהאט פיפטי אוף פאר זייער גיטע לעפטאפס, עס האט געלעסט די סעיל אפאר שעה אינגאנצען, אין יודעי בינה האבן פארציילט אויפען פארום אז דעל האט פארקויפט גאנצע צען טויזענט שטיקלעך

בעל_גאוה » 2/2/2005 08:08

איך האב לעצטנס געטון אסאך ריסערטש פאר א לעפטאפ
די שאלה איז וואס די זוכסט און וויפל די האלטסט ביים צאלן

אויב זוכסטו א ביזנעס ליין קאמפיוטער צווישן $1500-$2000 נעם א HP פארטיגע סיסטעם וואס קומט שוין PM 1.6-1.8GHZ סענטרינא וכו' וואס איז גאנץ לייכט און שיין אויב ווילסטו בעסער נעם א IBM פאר $1800-3500 T42 SERIES וואס קיינער קען זיי נישט ביעטן עס איו מעט הכמות ורב האיכות מורא'דיג דין -לייכט, און האט א געוואלד זיי האבן למשל ווינגער ווי 5 פונט

טאמער זוכסטו JUNK גיי צו DELL

אויב ווילסטו מער פרטים ווי-וואס צו קויפן פרעג מיר און אישית

שמעק_טאביק » 3/2/2005 02:42

בעל גאוה:

פון וואנעט נעמסטו אז DELL איז דזשאנק? איך האב קיינמאל נישט געהערט אז DELL איז מיט עפעס אונטערשטעליג פון HP. לויט די REVIEWS וואס איך לייען אין פארשידענע פלעצער איז DELL נאך אלץ ארויסגעקומען בעסער פון רוב אנדערע, און זיכער בעסער פון HP און COMPAQ.

איך אליין האב געקויפט פאר איבער א יאר צוריק די DELL INSPIRON 8600 און עס ארבעט אזוי שנעל אז ס'איז א מחי', און עס האט א הערליכן קלארע סקרין וואס ווער עס האט עס נאר געזעהן האט עס באוואונדערט. אויך די סאונד איז גאנץ קלאר. עס ווערט אצינד 14 חדשים, און איך האב נאך נישט געהאט קיין איין איינציגע פראבלעם, כן יעזור ה' להלאה.

לאמיך נאכאמאל קלאר מאכן די זאך: איך זאג נישט אז DELL איז עפעס ספעציעל, אבער נאך מיינע גוטע עקספיריענס וויל איך פארשטיין פארוואס זאגן מענטשן אז עס איז דזשאנק??

עפשטיין » 3/2/2005 04:34

איך האב אפאר דעל'ס אין אפילו איך האב גענומען דריי יאר סערוויס, קען איך ציילען אויפן פינגער וויפיל מאל איך האב געדארפט צוקומען צו זיי.

אין אפילו ווען יא פאר קלייניקייטען.

בקיצור עס איז א מחיה.

שמעק_טאביק » 3/2/2005 06:29

מאנטריאל » 4/2/2005 06:22

עס איז נישט דא קיין גרויסער חילוק פון די אלע ברענד'ס און עס איז א שאד צי צאלען מער פאר א נאמען. רוב זענען סיי ווי פאבריצערט ביי די זעלבער פאבריצערער אין טייוואן.
אגב ACER האט גוטע לעפטאפ'ס פאר זייער גוטען פרייזען זיי זענען די גרעסטע פאבריצערער אין טייוואן


תוקן על ידי - מאנטריאל - 04/02/2005 6:30:46

שמעק_טאביק » 6/2/2005 05:05