קרית יואל פאבליק סעיפטי ווערן קאנסטעבלס
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1264053
די קרית יואל'ע פאבליק סעיפטי מעמבערס לערנען זיך יעצט צו ווערן קאנסטעבלס אין ראקלענד קאונטי.
ווען זיי וועלן זיין קאנסטעבלס וועלן זיי קענען טיילן טיקעטס און ארעסטירן מענטשן.
חכם, האסט אנטדעקט אמעריקע.
קרית יואל האט שוין קאנסטעבלס כמעט זייט די ווילידזש שטייט.
יוסף דוד הירש איז געווען א קאנסטעבל פאר לאנגע יארן. ער האט זיך ארומגעדרייט אין שטעטל ביינאכט און זיך געשלאגן מיט גוים. ער האט געקענט ארעסטירן וועמען ער האט געוואלט.
מענדל גרינבערג איז אויך געווען א קאנסטעבל און האט ארעסטירט גוים וועלכע האבן פראבירט צו מאכן טראבל ביינאכט.
אין חדש תחת השמש.
אגב, ס'איז נישט אמת אז זיי קענען טיילן טיקעטס. לויט'ן געזעץ טארן זיי נישט טיילן קיין טיקעטס.
תוקן על ידי - זשוליאני08 - 27/01/2005 18:55:35
דא קען מען זען אז מענדל גרינבערג איז געווען א קאנסטעבל. די ווילידזש האט אים שפעטער אפגעזאגט, ווייל מען האט מער נישט געוואלט האבן א קאנסטעבל. יעצט דארף מען שוין ווייטער האבן קאנסטעבלס, וועגן די לאגווארדיע גוים וואס וואנדערן אריין אין שטעטל בייטאג און ביינאכט און דערשרעקן דעם ציבור.
KJ fires chief, opts for safety director
By Chris McKenna
The Times Herald-Record
cmckenna@th-record.com Kiryas Joel – Village officials have eliminated the position of security patrol chief and hired a public safety director to oversee their security force.
The shakeup follows an embarrassing incident in November in which it was found that the patrol chief, Mendel Greenberg, had hired a former convict who soon was charged with impersonating a police officer on a traffic stop.
Mayor Abraham Wieder said Greenberg was fired partly because of that episode, among other reasons that he declined to discuss.
He did say the village no longer wanted a constable – which he said was technically Greenberg's position – because it comes too close to being a police officer.
Village Clerk Gedalye Szegedin said yesterday that Greenberg had worked for the village for less than two years, patrolling at night.
"Things didn't work out," he said. "Whatever happened, happened. I wish him all the best."
On Nov. 3, Patrick McGrath was charged with impersonating a police officer and illegally carrying a weapon – a police baton – while working as a security officer for the village. He was not supposed to carry a weapon because of his 1993 grand larceny conviction.
McGrath pleaded guilty to the charges after they were reduced from felonies to misdemeanors, and is due to be sentenced April 24.
Kiryas Joel has since hired Moses Witriol as part-time public safety director. He oversees six security officers who patrol the Hasidic village in two cars during Shabbos – from sundown Friday to sundown Saturday – and on Jewish holidays.
State police cover the village of 13,000 people from a Monroe barracks just outside Kiryas Joel. But for at least 15 years, the village has also employed security officers on Shabbos and holidays, when residents don't drive or use phones.
The village now plans to hire more security officers to work weekday nights, when Greenberg used to patrol. Szegedin said officials are concerned about women and children walking home at night from weddings, bar mitzvahs and engagement parties.
At the village's request, Orange County sheriff's deputies have recently patrolled Kiryas Joel to quell fears of a terrorist attack, both during the Jewish holidays after Sept. 11 and during Passover, which ended last week.
This week, the village will apply for a $400,000 state grant to build an emergency command center that would house its ambulance corps, fire department, rescue squad and security force, Szegedin said.
שוין, דער באריכט וועט שוין האבן וואס צו שרייבן, אז מען מאכט אן אייגענע פאליס דעפארטמענט.
שטותים והבלים,
איך בין געווען אין מאנסי צוויי וואכן צוריק און איך האב באקומען א פארקינג טיקעט... (יא, אין מאנסי) אט איז בייגעלייגט א קאפי דערפון, און מיט גרויס וואונדער האב איך געלייענט אז איך וואלט געקענט גאר שטיין פאר א ריכטער מבני בניו של טווערסקי, אין ניו סקווירא! (דעם רויטן רינג ארום האב איך געמאכט)
נו, ווייל עס איז אין שיכון סקווירא און נישט אין קרית יואל איז די הלכה אנדערש? דאכט זיך א האדמו"ר מסקווירא האט נישט געמאכט קיין סקול דיסטריקט ווייל די רבנים פון די אלייענס האבן אים געזאגט אז ער וועט עובר זיין אויף יהרג ואל יעבור, נו וואס איז פאליציי און קאורט אנדערש? תיקו
[בילד – נישט אפגעהיט]
אין בבל זענען געווען ראשי גליותת
אין יוראפ זענען געווען אידישע סענאטארן,
אין מיטל-מזרח האבן די דיינים געהאט מאכט,
מיט וואס איז ניו יארק אנדערש?
די פרומע סאטמערע האבן באשלאסן התגרות באומות, אפילו סאטמאר רב זצ"ל האט געוואוסט און געשטיצט דעם ווילידזש גרינדונג אין תשל"ז, ווי יעדער ווייסט, און איך האב לעצטנס געהערט א טעיפ פון עזריאל גליק און נאך איינעם (אפשר סענדער דייטש, איך געדענק נישט) ביי א מסיבה אין שטוב פון סאטמאר רב, און בפניו, און זיי האבן גערעדט פון די גרויסקייט פון דעם טאג, אא"וו, און האבן מיט גערעדט מיט באגייסטערונג אז מען וועט פון היינט אהן אלעס האבן אליינס, אא"וו
בקיצור, שלמה המלך איז גערעכט געווען, אין כל חדש חחת השמש, מה שהיה הוא שיהיה
האסט א טעות!
דער שטח דארט געהער פאר סקווירא'ע שטעטל, אבער קיין איד פירט נישט דארט קיין שום זאך, דאס איז אלעס פָּאלנע שווארצע גוים.
משה בער,
ווי האט ר' נתן יוסף געזאגט בשם רביה"ק זי"ע בשעתו אויף די מעכעליסטן:
אזוי האט זיך אנגעהויבן כת ש"צ
לענינינו, אזוי הייבט זיך עס אהן, קודם רעקרוטירט מען שווארצע גוים, נאכדעם ווייסע, נאכדעם וועלן היימישע סקווירא אידן מיט פאות אויף די אויערן און שטיוול אויף די פיס און די טלית קטן ביים האלז, און דער שכל אין... ארעסטירן מענטשן און טיילן טיקעטס
אבער עס קען נאך אלץ זיין אז איך האב געמאכט א טעות, ווי יעדער ווייסט אז משה בער בעק איז שטענדיג גערעכט...
תוקן על ידי - שפתי_צדק - 27/01/2005 20:24:14
גולם קלאץ
ביסטו טאקע אזא גולם
ווילאנג די ווידער אדמיניסטראציע איז אין אמט, וועט קיין טיקעטס אין קרית יואל נישט געטיילט ווערן דורך "קרית יואל באאמטע"
הגם, איך בין קלאר מחולק, ס'איז דא צייטן וואס מען מעג זיך אביסל ערלויבן, פרייטאג נאכמיטאג פארן זמן, אבער סתם "פליען" שנעל, קען זיך גרעניצן מיט רציחה
פארקן ווי אומ'מענטשן, בעיקר ביי חרדים [לעצטענס איז אביסל בעסער דארט] נאך ערגער, ביי אייזיק גליק'ס שוהל, זכרון יהודא הייסט עס דאכט זיך, און נאך ביי אלע קליינע שוהל, מען בלאקט טרעפיק און גאנישט, סאיז נישט די סיטי מען כאפט נישט קיין טיקעטס
און פארקן אין שאפינג צענטער, הגם עס איז נישט קיין פאבליק עריע
און נאך עטליכע זאכן, וואס איך וואלט יא, ווען געוואלט מען זאל טיילן טיקעטס, אבער די 'ווידער אדמיניסטראציע' איז געפערליך קעגן דעם
וואס יא, איך האב געהערט, אז זיי לערנען זיך צו קענען באהאנדלן אלע ערליי געווענליכע סיטואציעס ווי פראפעציענעלן, ווי למשל קליינע פארברעכען, סאציאלע אישו, דאמעסטיק דיספיוטס [וואס איז ליידער לעצטענס געווען אזא פאל] וכדומה, נישט אז זיי זאלן אנקומען פלעין מיט די נייע שיינע קארס, ווי א האן אין בני אדם, נאר געהעריג ווי ריכטיגע פראפעשענאלס, פונקט ווי די ווידער אדמיניסטראציע, האט געטאן אין יעדע הינזיכט, פון וואסער, ביז פאבליק ווארקס, ביז סאשעל סערוויסט, פייער דעפארטמענט, און יעצט פאבליק סעיפטי,
אדרבה, וואס האלט דער עולם, בכלליות וועגן טיקעטס, סיי דורך די טרופער אדער אפשר אפשר עווענטועל דורך ק"י פאליס??? [עס סאונד קאמיש, דאס איז זיכער] און וואס איז וועגן די 'ספידער'ס', און די וואס פארקן ווי חיות.....??
יא, עס וועט נאך קומען דער טאג וואס איהר וועט זעהן דאס אומגלויבליכע
[בילד – נישט אפגעהיט]
און דערנאך
[בילד – נישט אפגעהיט]
מיין מיינוג איז אז מען זאל יא טיילן טיקעטס פאר פארקן
פארקן אימענטשליך לייגט אריין מענטשן אין א סכנה סיי ווי נאר. חיץ די אימענטשליכקייט דערפין אז מען רעכענט זיך נישט מיט א צווייטן
פארקן אויף פארעסט אדער עיקערס איז א גרויסע סכנה
למשל ביי די נייע קלינערס, קעגן די ברידש הייזער וכו
געציל בערגער קארנער עיקערס האלט איך דארף מען כסדר טיילן טיקעטס
חרדים קארנער פארעסט טיילן כסדר טיקעטס
עני הינדערט פיס פין א קארנער גאס זאל מען נישט מעגן פארקן וועגן בליינד ספאטס אין קארס זאלן זיך קענענן איינדרייען
גאנץ סאטמער דרייוו זאל ווערן א no parking צווישן 7 צפרי אין 10 ביינאכט ווען מענטשן קימען אין גייען כסדר וכו
אויף ספידען צי געבן טיקעטס ברויך ענדערש זיי סטעיט פאליס מחמת כמה סיבות וד"ל אין "מען זאל ריפן די פאליס צי טיילן טיקעטס"
אגב לעצטענס זענענו זיי ב"ה שוין אפט אין שטעטעל אין מען זעט שוין א חילוק
תוקן על ידי - getme - 27/01/2005 22:03:38
און אפשר דאס אויך
[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס האבען די חכמים פין דא מה נשתנה ווייטער ערפינדען אז פאר קרית יואל איז געלונגען להחזיר העטרה ליושנה גענוי ווי ווען זיי זענין געזיצען אויף דעם בענקיל?
א רחמנית אויף זיי נעביך.
חילול השם, די ערשטע גייט זיין אסאך שנעלער ווי די מיינסט
און אויף די צווייטע וועסטו דארפן ווארטן ביז די 'אלייענס' וועט גרינדן זייער שטעטל אין בלומינג גראוו
משיח וועט אוודאי פריער דא זיין.............
הלוואי ווען מען טיילט יא טיקעטס
ווען איינער פארט אריין און ק"י היינט קען מען געהעריג זאגן "חיים בלאו"
די ווארט "אלמלא מוראו" איז נישט דא
יעדער פארקט ווי מען וויל דאבעל-טריפל-שיף- און וואס נישט
מען פארט פארקערט, שטאט, שנעל, מען סטאפט ממש ווי עס איז א סכנה
ממש ק"י איז א סכנה יעדן טאג
ווען עס וועט זיין פאליס און געהעריג וואס די גמרא מיינט "מוראו" דאמאלטס וועט זיין ארדענונג
מיט די אלע סכנות איז נאך קיינער נישט געשטארבן
אין בארא פארק שטארבן מער מענטשן אין איין טאג ווי אין קרית יואל אין פינף יאהר
אבער טיקעטס מעג מען נאך אלץ טיילן
איך מיין פארקערט.
די ערשטע וועט קיינמאל נישט זיין, לכה"פ אונטער דעם שוואכלינג אברהם ווידער.
ווידער די צווייטע וועט מען זעהן גאנץ שנעל אין דעם נייעם ווילעדזש (אוי, מי יתן והיה...) פון די "ריכטיגע" תלמידי וחסידי...
להחזיר עטרה ליושנה...
מען איז שוין יא געשטארבען פין פארקען פאר א קאנאפע צוויי יאר צירוק
געווען א שווערע עקסידענט פארקן איז געווען שילדיג
האסט ארויף געלייגט א קאפי פון א סקווערע קאורט טיקעט, איך האב א קאזין אין סקווער וואס זאגט אז סיז ליצי ליצנות ס'נאר צוזאן גרעסער ווי וויזניץ זייער קאורט קומט פאר איינמאל אין 2 יאר,
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, איך האב באקומען דעם טיקעט אין מאנסי נישט אין סקווירא, דער פאפיר נוצט מען אין גאנץ ראקלענד קאונטי אויסער אין ספרינג וואלי ווייזט אויס, ווייל זיי האבן א אייגענע קאורט סיסטעם (איך בין שוין דארט געווען, דאס איז טאקע פאלנע שוארצע, אפילו די ווענט זענען פעך שווארץ), אבער עס ווענדט זיך וואו מען פאקט דיר,
בקיצור, עס איז נישט קיין סקווערע טיקעט, עס שטייט נאר דארט אז אויב מען האט דיר געכאפט אין די גרעניצן פון ניו סקווירא גארף מען דארט ערשיינען,
דאס איבעריגע וואס דו שרייבט גיי פרעג איבער דיין קאזין...
מר שפתי_צדק די ריידסט שטיתים, איך האב גיוואוינט אין מאנסי, עס זענין פאראן אסך שטעטלעך מיט א קארט, העווערסטרא, אראנזשבערג, און נאך, די אלי שטייען בכלל נישט אויף די טיקעס, אזא טיקעט באקימט מען געוויינליך אין די היימישע אידישע מאנסי אבער למשל אין פאמאנע באקימט מען א אנדערי מין טיקעט אינגאנצן רייד נישט בעפאר די ווייסט וואס צו ריידן זיי געהיטן
איי-וועט-דאס-זיין-א-זאפטיגע-אין-פאליטישע-טעמע -זיך-צו-באלעקען-איך-ווארט-שוין-קוים-אז-עס-זאל-זיך-אמהייבען-אין-פאקט-(-מיינע-סארסעס-האבן-שוין-געוויסט-דערפין-אין-אנפאנג חשון-מען-האטגעווארט-אז-דער-קאץ-זאל-ארויסקריכען-פין-זאק)-
עס-וויט-זיין-לעבעדיג-אין-לוסטיג(פארגעסט- נישט-עס-איז-א-סעקולארע זאך-)וואס-מוז-מ-נישט-גיין-צו-א-דין-תורה -פארן-קלאגען)
אוי איז אמעריקע א דעמאקראטיש לאנד. יעדע דאקומענטאציע קען מען באקומען נאכ'ן מאכן אפאר נארישע טעלעפאן קאלס און אויספילן אפאר צעטלעך, דורך די "פרידאם אוו אינפארמאציאן אקט".
אין די דאקומענטן - וואס ליגן אין די ארכיוון פון די ניו יארק דעפארטמענט אף סטעיט - זעהט מען אז די ווילידזש האט שוין באשטעטיגט א געזעץ צו קענען האבן א קאנסטעבל נאך אין 1981, ווען לייביש לעפקאוויטש איז געווען מעיאר. מען האט דעמאלטס אויפגענומען יוסף דוד הירש אלס קאנסטעבל.
די ווילידזש טראסטיס זענען דעמאלטס געווען:
ר' גרשון פרץ וויינשטאק ע"ה, ר' ליפּא בראך ע"ה ולהבחל"ח יאסל גאלדבערגער און מאיר הירש. די דאקומענטן זענען אונטערגעשריבן געווארן דורך משה טובי' בראווער, דער דעמאלטסדיגער ווילידזש קלערק.
דעמאלץ האבן די הויכגעשעצטע ווילידזש באאמטע פארשטאנען אז מען דארף האבן אייגענע קאנסטעבלס.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ענדליך !!!
אויף דעם ווארט מען שוין 20 יאר !!!
יעצט וועט מען קענען טיילן קלעפ לרחצה, אן קיין מורא. און דערצו וועט עס נאך זיין "לעגאל".
א שאד, א שאד, וואו זענט עטץ געווען ביז יעצט ???
עקשטיין, איך ווייס שוין דערפון זייט אינמיטן זומער. איך האב א גאנצע באגאזשיאן מיט דאקומענטן איבער די אישו, וואס כ'וועל אי"ה ארויפלייגן איין שיינעם טאג.
די גאנצע זאך איז נישט אזוי פשוט. עס דא איז נאך אסאך אינפארמאציע דערוועגן וואס מען גיט נישט ארויס פאר'ן ציבור.
עוד חזון למועד.
עקשטיין נאכאמאהל
ווידער וויל נישט קיין טיקעטס
אבער א פאליס דעפארטמענט וועט דא זיין, לשם ולתפארת "נוסח קרית יואל"
ווער געדענקט נישט די אלע העצעס, פאשקעווילן, ארטיקלען, ווען מען האט גע'עפענט מצילי אש, די אלע זויערע וויצן, און ביזדערווייל שטייט עס שוין לשם ולתפארת "נוסח קרית יואל"
יא, יא און נאכאמאל יא, "אלע" איינוואוינער אין קרית יואל, וועלן זיין אונטערגעווארפן אונטער די פאליס דעפארטמענט, וואס וועט שטיין אונטער די ווילידזש וואס וועט ווערן ערוועלט דורך קנאפע 60 פראצענט פון קרית יואל
עקשטיין און אלע דיינע קאלעגעס, מעלדעט ביטע אלע אייערע ידידים, קרובים, פריינט אין קרית יואל, אז עס איז שוין פיל נענטער ווי ווייטער
"גוד טיימס אר קאמינג סון"
און זאג אויך פארן באריכט, אז אויב וועט אברהם ווידער אפמאכן אז ער וויל נישט זעהן די סטעיט פאליס אין קרית יואל, וועסטו זעהן אזוי אפט סטעיט פאליס אין קרית יואל אזוי אפט ווי די זעסט זיין אויף ליע און בעדפארד עווניוס
געוויינט ענק צו צום פאקט
אין אמעריקא די מעדזשאריטי רולס, איט דעט סימפל
דער רבש"ע זאל אונז שומר ומציל זיין פון די "גוד טיימ'ס" וואס גייען קומען...
בפרט ווען עס וועט זיין "נוסח קרית יואל"...
דאס איז וואס די קאנסט טאן "מתפלל זיין"
ווייל עס גייט בעז"ה קומען "גוטע צייטן" פאר די 60 % מעדזשאריטי
און טאקע "נוסח קרית יואל".....................