היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ויואל משה: הדעמאקראטיע טוב לאומות העולם

ויואל משה: הדעמאקראטיע טוב לאומות העולם

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1264029

חילול_השם » 27/1/2005 18:21

רביה"ק זי"ע שרייבט (מאמר שלש שבועות סימן ק) חוק הדעמאקראטיע טוב הוא לאומות העולם, האב איך געקלערט אזוי, ווי יעדער ווייסט, אז ביי אונז אין אמעריקע גיט מען די געלעגנהייט פאר יעדן איינעם (פארשטייט זיך, מיט א לעגיטימע פערמיט) צו ארויסזאגן זיין מיינונג אין דער עפנטליכקייט. אפגערעדט פון די טריפה'נע אינטערנעט, ווי יעדער צוועלף יעהריגער יונגל קען אנפיהרן מיט א וועבסייט און שרייבן וואס ער וויל, אפילו אין די ראדיא, צייטונג און טעלעוויזיע, און אנדערע מידיא אינסטאנצן קען יעדער זאגן זיין מיינונג, קעגן פרעזידענט ווי קעגן א שלעכטן טעקסי דרייווער אין א דערפל ערגעצוואו.
נאכמער, א געהעריגע ארגאניזאציע, ווי קליין און קאנטערווערסיעל איהרע מיינונגען זאלן זיין, קען בעטן רעכט ביי די לאקאלע באהערדע צו ארגאניזירן א פראטעסט, אדער דעמאנסטראציע, און די פאליציי מוז עס ערלויבן, אפילו עס קאסט צו אפשפארן הויפט גאסן פאר עטליכע שעות. דאס איז דעמאקראטיע.
אין קאמוניסטישן קרעמלין איז געווען אנגענומען, אז די בירגער קענען נישט ארויסזאגן זייערע מיינונגען, די רעזולטאטן זענען נישט גוטע, יעדער האט געשלונגען און געשלונגען, ביז עס האט אויסגעבראכן א בירגער קריג. דא אין אמעריקע, וויבאלד יעדער קען זיך אויסלאזן זיין צארן און זאגן זיין מיינונג אין פאבליק, פאר די קאמעראס פון רעפארטערס, איז ער צופרידן מיטדעם, און גייט אהיים, און בלייבט לאיאל פאר זיין מדינה, אנדערש אבער אין רוסלאנד וכיוצא בה, וואו יעדער פויער איז א בלוט-פיינד פאר מאסקווע, ווייל מען האט איהם קיינמאל נישט געלאזט אויסרעדן!
יעצט צום ענין. די אלע חברה, וועלכע זענען פארבינדן אין פארשידענע פארטייען, אהרונים, זאלונים, בני יואל, בנות פיגא, וכדומה, וועלכע האבן די מעגליכקייט זיך צו אויסגעבן דא - איז ווי געוואונטשן, ווייל זיי האבן זיך אויסגעגעבן זייער כעס, און לאזן געמאך דעם עולם ווען זיי קומען אין בארירונג מיט מענטשן.
ובכן, אפעליר איך צו די אלע וועלכע ענטפען צוריק פאר די פארשידענע ניקס וועלכע רעדן פון צער און יאוש, מען דארף נישט פורש זיין קיין נעמען, אז דער עולם זאל עס נישט נעמען צום הארצן, ווייל די אלע פארטייען האבן דאך נישט קיין שייכות צו אידישקייט, און דער רבי האט דאך געשריבן לדורות, חוק הדעמאקראטיע טוב הוא לאומות העולם, און ביי דעם בלייבט עס.
בקיצור, מען דארף די חברה לאזן אויסרעדן, און ווען עס פעהלט זיך אויס, מאכן א באזונדערע אשכול פאר זייערע בויכווייטאג, און מיר וועלן האבן ווייניגער קאפווייטאג.
--
פאר וועמען דער פשט'ל איז צו לאנג, קען אריינזינגען אינמיטן, איך וועל נישט האבן קיין תרעומת...

נתן_העזתי » 27/1/2005 23:58

מיר זענען טאקע אויף די אינטערנעט, אבער לדעתי פאסט נישט צו נוצן ווערטער פון ויואל משה אויף שטותים, דאס איז מיין מיינונג