פינקוס יאקאבאוויטש, דער זקן און תלמיד פון רבי'ן זצ"ל האט שוין ווייטער אויסגעפירט דעם רצון רבינו מיט'ן אנמאכן א שרעקליכע התגרות באומות. יעצט האט ער אריינגעלייגט די גאנצע טאון באורד אין טראבל
ומעשה שהי' כך הי'. די טאון שיקט יעדעס יאר ארויס טעקס סטעיטמענטס פאר אלע מאנרא איינוואוינער, אריינגערעכנט קרית יואל. יעדע יאר קומען צוריק א צוויי דריי הונדערט סטעיטמענטס, וויבאלד זיי האבן נישט די גוטע אדרעס, און יעדע יאר קאלן זיי אן די ווילידזש אפיס, און מען געט זיי די ריכטיגע אדרעס, און זיי שיקן עס נאכאמאל ארויס.
דער טאון קאלעקטער איז א שרעקליכער שונא ישראל מיט'ן נאמען בין בולענבאק, ער האט זיך שוין געשלאגן מיט קרית יואל נאך אינעם רבי'ן זצ"ל'ס צייטן. אין 1983 האט ער אנגעפירט דעם קאמף קעגן אנעקסעישאן.
נו, פארשטייט זיך אז לויט די אלייענס שיטה, אויב איינער האט פיינט קרית יואל, איז ער אן אוהב ישראל, און די סיבה פארוואס ער האט פיינט קרית יואל איז וועגן - נו פירטס אליינס אויס - התגרות באומות...
האט זיך פינקוס יאקאבוויטש צוגערוקט צו דעם מענטש און גוט געווארן מיט אים (ווער ווייסט וואס ער האט געוואלט באקומען פון אים? קען זיין ער האט זיך איינגערעדט אז ער וועט באקומען א טעקס קרעדיט פאר די אלייענס מענטשן) און ער האט אים מציע געווען, פארוואס דארפסטו קאלן די ווילידזש און ארויסשיקן פרישע בריוו געב מיר די בריוון און איך שיק עס ארויס נאכאמאל פאר דיר צו די ריכטיגע אדרעס.
דער גוי האט מסכים געווען און געגעבן פאר פינקוס די בריוו. פינקוס האט עס ארויסגעשיקט נאכאמאל און צוגעלייגט א לעדער פון די אלייענס, אז די אלייענס שיקט ארויס די בריוו צייטליך כדי זיכער צו מאכן אז מענטשן באצאלט נישט קיין פענעלטיס, און אזוי האט ער עס ארויסגעשיקט.
פינקוס האט געטראכט אז מענטשן וואס באקומען אזא בריוו וועלן זיכער מוזן האלטן אז ער איז די ווילידזש און מענדל שווימער איז מעיאר, ווייל אויב נישט פון וואו האט ער זייער טעקס בריוו.
אבער דא זענען די בריוו אנגעקומען און די טאון איז געוואר געווארן דערפון, און ס'איז זיי געווארן חושך ואפילה. לויט'ן געזעץ טאר קיינער נישט ארויסשיקן אזא בריוו חוץ די יו.עס. פאסטעל סערוויס. אויב קען יעדער מאן דהו ארויסשיקן אזא בריוו קען ער דאך דיסיידן פאר וועם ער שיקט יא און פאר וועם נישט (און ווער ווייסט אויב פינקוס יאקאבאוויטש האט נישט געמאכט אזעלכע דעסיזשענס). אויב גיט מען אריין א מסירה קעגן די טאון פאר אזא פארברעכן קענען זיי שטארק ליידן. דאס זעלבע אויב קריס מעקענע, דער רעקארד רעפארטער, ווערט געוואר דערפון און באשרייבט עס אין רעקארד וועט די גאנצע טאון שטינקען.
בקיצור, יעצט האלט עס ביי דעם אז ס'איז געווען א עמערדזשענסי מיטינג אין טאון אונטער פארמאכטע טירן, וויאזוי באצייטנס משתיק צו זיין די שערורי', און מען האט שוין געהאלטן דערביי אז מען גייט אפילו ווארפן דעם טעקס קאלעקטאר. ער האט זיך איינגעבעטן און גע'טענה'ט אז ער איז נישט שולדיג געווען ווייל ער האט קיינמאל נישט געזאגט פאר פינקוס ער זאל אליינס ארויסשיקן די בריוו.
---
דער בן שמונים פינקוס שרייבט כסדר בריוו פאר אברהם ווידער אז אברהם איז נאך צו יונג צו פירן די ווילידזש און נאר ער דער בן שמונים, וואס רעדט זיך דורך מיט'ן רבי זצ"ל, נאר ער דארף מעגן פירן די ווילידזש. יעצט קוקטס נאר וואס געשעהט ווען דער זקן פינקוס יאקאבאוויטש טוט זאכן אויף די אייגענע הענט
בנין נערים (אוי אנטשולדיגט, כ'מיין צו זאגן זקנים) סתירה...