הרב ביק פון בארא פארק טוישט זיך לבוש!
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1263994
הר"ר יהושע העשיל ביק שליט"א איז געקומען דינסטאג נאכט צו די חתונה פון זיין איידעם הר"ר הערשל אשכנזי אנגעטוהן מיט א "שטריימעל"!!!!
ער איז געווען - ביז היינט - דער איינציגסטער חסידיש'ער רב וואס איז געגאנגן שבת מיט א בלויע בעקיטשע אין א הויכע ביבער היט!
זיין טאטע ר' משה ביק ז"ל-ע"ה איז געווען מורא'דיג שטארק קעגן שטריימליך, דערפאר האט זיך הר"ר יושע העשיל נישט אנגעטוען דעם לבוש, אבער זיינע קינדער אין איידעמער א.א.וו. האבן זיך שוין יא אנגעטון.
בזכות שלשה דברים יצאו בנ"י ממצרים וכו' שלא שינו את מלבושם וכו'!!
די קענסט שיינע מאמרי חז''ל אבער דיין לעצטע שורה איז נישט אויפן פלאץ
אמת, יישר כח!
וועלן מיר דעמאלטס אריינשטעלן א פסוק:
איעצך, ויהי אלקים עמך!
מ.ב.ב.
איך האב באמערקט אז דיינע פאוסט זענען זייער פארביטערטע.
רילעקס רילעקס,
איך האף אז אין "ריל לייף" ביזטו בעסער אין דעם הינזיכט...
משה בער
מאך נישט חוזק, ער איז אן אהרוני.
איך שרייב נאר אזעלכע זאכן וואס "יעדער" גייט עס שפעטער סיי-ווי-סיי זעהן, אדער האבן עס שוין געזעהן!
איך מאך "נישט" חוזק! עס איז סיי ווי נישטא פון וואס חוזק צו מאכן! איך האב געשריבן א "פשוטע זאפטיגע "אמת'ע" נייעס"!
ער גייט עס אי"ה גיין פון היינט אין ווייטער יעדן שבת יו"ט חול המועד!
SO ווען איר וועט אים זעהן מיטן "שטריימעל" וועט איר זיך דערמאנען פון מיר!...
* * * *
דרך אגב: איך וואלט געדארפט שרייבן אויף די "קעפל": א שטריימעל חתונה...
אויב אזוי, משה בער, שאף אהער א בילד!
בעט פון זיין רביצין!
אין דער בלאט איז דא בילדער
אבער ווער נעמט זיך די רעכט חוזק צו מאכן פון איינעם פון די פארבליבענע גדולי ישראל פון פריערדיגן דור ?!
דער חסידישער לבוש, און דער דרך החסידות, איז דער איינציגסטער וועג וואס וועט אונז האלטן און ארויסנעמען פון גלות, בב"א
IN DER BLATT PAGE 113
עס האט זיך געדרייט א מעשה {או משל היה} אין בארא פארק
אז רב ביק האט אמאל געשריגען אויף א פרוי וואס האט געטראגען מיטן עירוב, האט דער פרוי איהם געזאגט הייתכן עס פאסט נישט פאר א בחור צו רעדן מיט פרויען.
זאלי
האםט נישט געהערט אז נשתכחה תורת הבעש"ט?
צבי:
ביזט גערעכט (אזויווי תמיד...)
דער דרך החסידות איז זיך טרעפן מיט די "מלכת היופי" און שיקן בחורים אין די ערגסטע מקומות זוהמא...
(אין א ערנסטע מינוט קוק אין בוצינא קדישא ח"א ע' שע"ה).
-------
אגב, ווען מען איז געקומען פארציילן פארן רבי'ן זי"ע אז א געוויסער רבי (שיחי' לאורך ימים...) פארפירט געפערליך קעגן דעם זאץ, האט זיך דער רבי געוואונדערט "ביז אהין איז ער שוין אנגעקומען" (דאס שטייט אויפן לעצטן דף).
הוא מותיב לה והוא מפרק לה.
"אין אוניווערזיטעט הייבט מען אן פון די לינקע זייט..."
(פארשטייסט ???).
תוקן על ידי - זאליweaky - 28/01/2005 5:16:34
זאלי..
זייט ווען איז ר' יהושע העשיל ביק שליט"א פין די גדולי ישראל פין דעם פריערדיגען דור?
ווייסטו וואס, ניתי ספר ונחזי.
ברענג דו מיר א ליסטע פון גדולי ישראל פון זיין יארגאנג, און צייג אן וויפיל דערפון קענען זיך מיט אים פארמעסטן.
אינטערסאנט
אזא גרויסע תליד חכם אין האט נישט געקענט שרייבען א תשובה קעגען דעם עירוב וואס נוגע לניפור משפחתו.
צבי.
מי אמר ש"נשתכחה תורת הבעש"ט" ?
דרך הבעל שם
אין מאנכע מאכען דעם טעות אין שרייבען תורת.
הראשון שאמר את זה הי' הגה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, ואחריו החזיקו הרבה מאוד מגדולי תלמידי תלמידיהם של תלמידי הבעש"ט.
ואף שהם בעצמם החזיקו ג"כ בכמה מדרכי החסידות, אך כוונתם הי' שנשתכח הפנימיות.
טובלכול
קענסט מיר אונווייזען א מקור אז צאנזער רב האט עס געזאגט?
באקומען אין תיבהאישית.
המקור בחמדה גנוזה צאנז שיחה א'
וכבר כתב כן האדמו"ר מקאפוסט (מנכדי התניא זי"ע) במגן אבות, אבל ידוע שחסידי חב"ד היה להם תרעומת עליו, אולי בגלל זה? מי יודע
העיקר שלא האדמו"ר מסאטמר חידש את זה הוא רק החזיק במה שכתבו קדושי עליון נ"ע לפנינו
ווער עס קלערט היינט אז עס איז נאך דא א זכר פון דעם ריכטיגן דרך החסידות (די פנימיות), איז אדער פאררוקט, אדער א ליטוואק...(הגאון וכדו').
מען דערף נישט היינט דערויף ליידער קיין שום הוכחות אדער מראי מקומות !!!