באריכט ביטער באזארגט איבר עזרת חולים חוב
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1263488
מיט אפאר וואכן צוריק קוק איך אריין אין דעם באריכט, זעה איך וויזוי זיי וויינען ביטערלעך אז די עזרת חולים איז שטארק פארזינקען אין חובות, ממש זיי האלטן עס נישט אויס.
יעצט ליין איך א דאקומענט וואס איש-אמת האט ארויפגעלייגט אין אן אנדערע אשכול און איך ווער געוואויר אז ווער וואס ווען וואו. ס'איז נישטא קיין שום שווערע חובות. די חוב איז שוין כמעט אינגאנצן באצאלט און אין מארטש גייט עס שוין זיין אינגאנצן באצאלט.
עטס וואונדערטס ענק וואס דא גייט פאר? די שוטים פון דעם באריכט האבן גענומען א טעקס ריטוירן פון 02' און אריינגעלייגט אין זייער צייטונג. זיי האבן זיך פשוט נישט געכאפט אז סקען אפירקומען איינער וואס ריפט זיך איש_אמת און ארויפלייגן אויף היידפארק די טעקס ריטוירן פון 03' אזוי אז יעדער זאל זען זייער בלאף, אז ס'איז מער נישטא קיין חוב.
קוקטס נאר דעם באריכט און די 02' טעקס ריטוירן וואס זיי ברענגען. זעטס נאר וואספארא שקרים זיי פארקויפן פאר זייער כעלעמע ציבור. קוקטס וויאזוי ער ענדיגט דעם ארטיקל מיט א גראבן שקר אז מען איז נאך אונטער שטעליג מיטן חוב זעקס יאר נאכדעם וואס מען האט עס געבארגט
תוקן על ידי - באראש - 27/01/2005 6:21:13
[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט קוקט די 03' טעקס ריטוירן וואס איש_אמת האט ארויפגעלייגט. זעטס נאר ווי זיי האלטן זייער ציבור ממש פאר פאלנע קיען וועמען מען קען איינרעדן וואס מען וויל.
מען זעט אז די גאנצע חוב וואס איז איבערגעבליבן איז א נארישע 27,744 דאלער וואס דארף באצאלט ווערן ערשט מארטש 24.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער איז David Eckstein Foundation? מאכט דוד עקשטיין פראצענט אויף די חוב?
ס'האט גארנישט מיט דוד עקשטיין. דעיוויד-עקסטין-פאנדעישאן איז א קאסע פון די הנהלת המוסדות.
פאר די זעלבע קאסע באלאנגט די בילדינג פון די סקול דיסטריקט אויף קאהאן דרייוו, און פון דעם נעמט זיך די טעות ביים עולם אז דער סקול דיסטריקט בילדינג געהערט פאר דוד עקשטיין, וטעות לעולם חוזר. די איינציגסטע קאנעקשאן וואס ס'האט מיט דוד עקשטיין איז אז ס'הייסט דעיוויד-עקסטין-פאנדעישאן.
עזרת חולים האט געבארגט די הלואה פון די מוסדות, ווען די בילדינג איז געבויט געווארן, און מען האט געדארפט האבן געלט פאר עקוויפמענט. וויבאלד די בילדינג איז נאכנישט געשטאנען האט די באנק נישט געוואלט ארויסגעבן א פרישע הלואה, און וועגן דעם האט מען עס געמוזט נעמען פון דעיוויד-עקסטין-פאנדעישאן.
דער-איז-דער-לויער-פין-עזרת-חולים-
Selected Entity Name: THE DAVID EKSTEIN FOUNDATION, INC.
Current Entity Name: THE DAVID EKSTEIN FOUNDATION, INC.
Initial DOS Filing Date: OCTOBER 05, 1995
County: ORANGE
Jurisdiction: NEW YORK
Entity Type: DOMESTIC NOT-FOR-PROFIT CORPORATION
Current Entity Status: ACTIVE
DOS Process (Address to which DOS will mail process if accepted on behalf of the entity)
RONALD JAY COHEN, ESQ.
419 ROUTE 9W
NEWBURGH, NEW YORK 12550
DAVID EKSTEIN FOUNDATION INC
40 Matthews St Ste 203
Goshen, NY 10924
EIN: 31-1579031
This organization files an IRS Form 990-PF. It is a 501(c)(03) private non-operating foundation. די-אדרעס-ביי-גייד-סטאר
http://www.guidestar.org/ א-ליגנער- דארף-אויך-א-האבן-א-גוטען-זכרון
זשוליאני08
עזרת חולים האט געבארגט די הלואה פון די מוסדות,] ווען די בילדינג איז געבויט געווארן, און מען האט געדארפט האבן געלט פאר עקוויפמענט. וויבאלד די בילדינג איז נאכנישט געשטאנען האט די באנק נישט געוואלט ארויסגעבן א פרישע הלואה,] און וועגן דעם האט מען עס געמוזט נעמען פון דעיוויד-עקסטין-פאנדעישאן.
-----------------------------------------
זשוליאני08
דער בנין צו בויען האט געקאסט געלט. קיינער האט עס נישט מנדב געווען. מען האט ארויסגענומען א מארגעדזש פון פיר מיליאן דאלאר וואס מען מוז באצאלן מאנאטליך.
ז
פון די 70 טויזנט דאלאר גייט 40,000 תיכף אראפ פאר די באנק
א טיפיקעל אלייענס פירער, מישט אויס הוידל מיט בוידל און טרעפט שוין א סתירה.
אידיאט, ס'איז צוויי באזונדערע הלואות. איינס איז דער מארטגיזש וואס מען האט ארויסגענומען פון באנק ביים בויען די בילדינג.
די אנדערע איז די הלואה וואס עזרת חולים האט גענומען פון די ישיבה (דעיוויד_עקסטין_פאנדעישאן) צו קענען קויפן עקוויפמענט.
קוק וויאזוי איך שרייב "וויבאלד די בילדינג איז נאכנישט געשטאנען האט די באנק נישט געוואלט ארויסגעבן א פרישע הלואה. הערסט? א פרישע הלואה האבן זיי נישט געוואלט געבן.
דו אנאלפאבעט, נעקסטיים ליין פאר דו שרייבסט. ביי דזשובוי'ס פארום האסטו ארויפגעלייגט א גאנצן אשכול אז די סקול דיסטריקט האט פארלוירן געלט, און ווען מען האט דיך מעורר געווען אז דו קענסט נישט ליינען ביסטו געקומען מיט א גאנצן תירוץ אז זיין קאמפיוטער איז צובראכן.
זאג נאר, דיין קאמפיוטער איז נאך אלס צובראכן?
דעיס איז א פאשקוויל וואס די אלייענס האט ארויסגעשיקט פאר די ווילידזש וואלן מיט אפאר יאר צוריק. דא שרייבן זיי אז עזרת חולים צאלט 50,000 דאלאר א חודש רענט.
לויט די צעטלעך וואס איש_אמת האט געברענגט קימט אויס אז מען באצאלט 71,000 דאלאר א חודש, אבער לויט וויזוי די אלייענס סארסעס באשטעטיגן איז עס נאר פופציג טויזנט דאלאר.
סאיז דאך לכאורה א סתירה.
תוקן על ידי - באראש - 27/01/2005 18:05:18
[בילד – נישט אפגעהיט]
ס'איז נישט קיין שום סתירה.
די סטעיט באצאלט 71,000 דאלאר א חודש OCCUPANCY, וויפיל געלט ס'קאסט צו אקופירן דעם בילדינג.
אין ווען מען רעדט פון אזא גרויסע בילדינג בליעה"ר איז דאך דא ריזיגע הוצאות יעדן חודש, ווי למשל:
1. רענט
2. געז
3. לעקטער
4. סאניטעישאן
5. וואסער
6. סוער
7. רוימען די בילדינג
8. שניידן גראז
9. שארן די שניי
10. מעינטענענס
11. פארעכטן און ריפלעיסן צובראכענע עקוויפמענט
און אזוי ווייטער
די רענט וואס עזרת חולים באצאלט פאר די מוסדות, קומט טאקע אויס 50,000 דאלאר א חודש (וואס פון דעם גייט תיכף אראפ 40,000 דאלאר פאר'ן באנק, צו באצאלן די מארטגעדזש)
די איבעריגע ארום 20,000 דאלאר גייט צו באצאלן די אלע אנדערע אויבנדערמאנטע ריזיגע הוצאות וואס דער בנין שלעפט אריין יעדן חודש.
איז אלו ואלו אמת. די אלייענס ציפער פון 50,000 דאלאר איז אמת, אבער נאר האלב, ווייל די צווייטע העלפט מעשה דערציילן זיי נישט, אז פון די פופציג גייט אראפ גאנצע פערציג פארן באנק און די איבעריגע 10 טויזנט דאלאר גייט פאר אנדערע ציבורי'שע זאכן.
אינ'ם טעקס ריטוירן רעדט מען פון אלע הוצאות און סקאסט ארום צוואנציג אלפים די איבעריגע קאסטן פון אויפהאלטן די בילדינג. דאס איז דער סך הכל פון 71,000 דאלאר.
עקשטיין האט ערפינדן ....
אז 'ראן קאהען' איז פון די בעסטע לויער פאר אזעלעכע אנגעלעגנהייטן דאס אין די געגנט
אגב, איז שוין געשטאנען אז ער איז אויף די באורד פון עזרת חולים, פאר די אלפאבעטן, איז "ראנעלד" אין "ראן" איינס און די זעלבע
גוט, מיט אזעלעכע תגובות, ווערט דער עולם באלערנד
איצט הייב איך אן צוזאמענשטעלן
עקשטיין פון היידפארק, דעוויד עקשטיין פאונדעישאן, און דוד עקשטיין פון קרית יואל זענען אלע לכאורה איין מענטש???
אלייענס,
ביסט דאך בשיטה קעגן דיסקרימינאציע, פארוואס האסטו אויסגעלאזט עקשטיין פון ארגענטינא, עקשטיין פון בסערות תימן, עקשטיין פון פארק עוועניו לייף (גארדיען), און ווער ווייסט וועלכע נאך פאבליק עקשטיין דו העסט פארזעהן, די איינציגע תירוץ איז תנא ושייר
איך האב נישט געוואוסט אז די מוסדות האבן אזויפיל געלט צו בארגן
אגב, די הלואה איז געווען צו באצאלן דעם געוועזענעם טראסטי יודעלע קאהאן
ווייל ווי באוויסט יודעלע און זיין פעטער יעקב כהנא, האבן גמ"ח'ן אינסטוטוציעס, און דירות, מכלומרש'ט אז די פראפיטן גייען די גאנצע אדער אפילו א חלק פאר די מוסדות, ווי למשל די געוועזענע מעדיקעל סענטער, קעי גארדענס
אבער למעשה א נעכטיגן טאג
און פאר דעם האט מען געדארפט געלט, און כדאי עס זאל זיין לעגאל, האט מען געמאכט א לאון און ווען עס שטייט בפירוש, אפצוצאלן "פארשידענע" אויסגאבן
מילתא דעבודא לגלויי גייט נישט אן ביי די באריכט.
אנשטאט זיי זאלן זיך באגראבן פאר בושה, זעענדיג אז זייער ליגנט איז אויפגעדעקט געווארן דא אויף היידפארק, גייען זיי נאך ווייטער אן. זיי האבן דעם כלל פאר די אויגן אז וואס גרעסער די ליגנט אלס א גרעסערע טשענס איז דא אז איינער וועט עס גלייבן.
די וואך זענען נאכאמאל געגאנגען די נישט-נארמאלע און אריינגעלייגט נאכאמאל די טעקס ריטוירן פון 02' (נישט די פון 03' וואס ליגט דא אויף היידפארק) און צוגעשריבן א גאנצן ארטיקל מיט ליגנטס כאילו ועד הקרי' מאכט 800 טויזנט דאלאר א יאר פון עזרת חולים, וואס די געלט וואלט געקענט גיין פאר גוטע דאקטוירים.
וואס זיי זאגן נישט אויס פאר די קינדער וואס ליינען זייער צייטונג איז - וואס יעדער וואס דרייט זיך אויף דעם פארום ווייסט שוין זייער גוט - אז:
נאמבער 1: די 800 טויזנט דאלאר קומט נישט פון עזרת חולים, נאר פון די סטעיט.
נאמבער 2: פון די 800 טויזנט דאלאר גייט אראפ נאר 50,000דאלאר א חודש פאר רענט, און די איבעריגע גייט פאר די אלע אנדערע הוצאות, ווי לעקטער, געז, מעינטענענס און די אלע אנדערע אויסגערעכנטע זאכן אויבן.
נאמבער 3: פון די 50,000 דאלאר גייט 40,000 דאלאר אראפ פאר די מארגעטזש און ועד הקרי' בלייבט נאר מיט נארישע 10,000 דאלאר א חודש.
נאמבער 4: מאיר דייטש פרעסט פון די גאווערמענט סאך מער ווי ועד הקרי' פאר זיינע פארשטונקענע פּאר אפיסעס אויף גארפילד ראוד.
נאמבער 5: די 800,000 דאלאר קען נישט גיין פאר דאקטוירים. עס קען נאר גיין פאר די הוצאות פון "אקופירן" די בילדינג.
והעולה על כולנה, זיי האלטן זייערע מענטשן פאר אזעלכע קיען אז זיי ערלויבן זיך פאר זיי איינצורעדן אז OCCUPANCY מיינט רענט. עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז זיי זענען געגאנגען מיט א פעדער און צוגעשריבן די ווארט RENT נאך OCCUPANCY. יעדער נארמאלער מענטש קען דאך זען אז דאס איז צוגעשריבן מיט א פען און תיכף כאפן די ליגנט, אבער פאר די שוטים פאלט דאס נישט איין.
איי, גיי ווייס, אויב מיינט OCCUPANCY רענט, דעמאלט פארוואס רופט עס נישט די סטעיט אן RENT? פארוואס רופן זיי עס אן OCCUPANCY?
תוקן על ידי - זשוליאני08 - 31/01/2005 7:55:08
געטס א קוק מיט וואספארא אומאויסגערעכנטע טיפשות זיי שרייבן צו RENT נאך די ווארט OCCUPANCY, נישט טראכטנדיג קיין צוויי סעקנדס אז יעדער בר נש וועט תיכף כאפן וואספארא דזשאוק דאס איז.
[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס מער מען קוקט זיך איין אויף די דאקומענטן וואס ליגן דא אויף היידפארק שוין איבער א וואך, זעט מען די שקר פון די אלייענס/באריכט, מיט דעם וואס זיי זאגן אז ועד הקרי' מאכט אכט הונדערט און פערציג טויזנט דאלאר א יאר.
לאמער נאכאמאל באטראכטען דעם צעטעל וואס איש_אמת האט ארויפגעלייגט אין אן אנדערן אשכול (ווי סשטייט נישט צוגעשריבן די ווארט RENT ) און זען יעדע הוצאה וואס די עזרת חולים האט, שורה ביי שורה:
1. דער דירעקטאר ר' נחום פריעדמאן מאכט 207,650 א יאר.
2. די וועידזשעס פון די אנדערע ארבעטערס קומט אויס טאטעל 3,175,966.
3. די פענשאן פלענער פון די ארבעטערס קומט אויס 44,099.
4. אנדערע בענעפיטס פון די ארבעטערס 245,719.
5. פעיראל טעקסעס פאר די ארבעטערס 273,077.
6. פאנדרעיזינג איז 0.
7. אקאונטינג קומט אויס 29,870.
8. לאיערס און ליגעל קאסטן אויסגעקומען 44,697.
9. אפיס סופלייס 323,330 דאלאר (אן אויפגעשוואלענער סכום!)
10. טעלעפאן איז אויסגעקומען 31,500.
11. פאסט און שיפינג איז 0.
12. אקופענסי קומט אויס 853,067 דאלאר
13. רענטן און מעינטענען עקוויפמענט האט געקאסט 70,604 דאלאר.
14. פרינטינג און אויסגאבעס האבן געקאסט 9,851.
15. טרעוועל האט געקאסט 27,743 דאלאר (וועמענ'ס נסיעות האבן זיי באצאלט? געוואלד און געשריגן)
16. קאנפערענצן, קאנווענשאנס און מיטינגס איז 0.
17. באצאלט אינטרעסט 25,788
18. אנדערע עקספענסעס וואס עזרת חולים פארתאכלעוועט פאר נארישע הוצאות (וואס אין דעם איז אריינגערעכנט איבער 500,000 דאלאר וואס עזרת חולים האט באצאלט פאר קאנסאלטענטס. וועלכע קאנסאלטענטס דארפן זיי האבן געוואלד און געשריגן? ) איז אויסגעקומען סך הכל 881,930 דאלאר.
יעצט לאמיר נאכאמאל איבערגיין די ליסט און אויפזוכן די הוצאות פון געז, לעקטער, סאניטעישאן, וואסער, סוער, רוימען די בילדינג, שניידן גראז, שארן די שניי, מעינטענענס, א.א.וו., אבער קוקטס גוט און זעט אז ס'שטייט נישט אין די ליסט. טעלעפאן שטייט יא, אפיס סופלייס שטייט יא, פרינטינג שטייט יא, אבער די אלע אנדערע הוצאות שטייען נישט.
פארוואס? ווייל די אלע הוצאות זענען אריינגערעכנט אין OCCUPANCY, וויפיל ס'קאסט צו אקופירן די בילדינג.
[בילד – נישט אפגעהיט]