היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » א כשר'ע פלאץ פאר וואקאציע עטליכע טעג?

א כשר'ע פלאץ פאר וואקאציע עטליכע טעג?

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1262109

נתן_העזתי » 25/1/2005 19:32

איינער פון אונזער קהלה דא איז באקאנט מיט א כשר'ע פלאץ וואו מען קען זיך אויסרוען אפאר טעג נישט צו ווייט? איך בין שוין געווען אין פאלם ספרינגס קאליפארניע עס איז צו ווייט און עס לוינט זיך נישט צו פארן אזוי ווייט פאר בלויז א וויקענד, און אז מען פארט שוין דארף מען צוטיילן די קינדער פאר צוויי וואכן,
אין פלארידא האב איך געהערט אז אליבא דאמת איז עס נישט אזוי אייאייאיי, עפעס זאגט מיר איינער פון נארט מיאמי ביטש? אדער איינער גערטנער (אדער טאבאק?) אין מאטיסעלאו ניו יארק?
ווער עס קען העלפן וועט האבן א מצוה, איך וויל ערגעץ זיך אויסבלאזן אויף איבער א שבת, איך זוך שטענדיג מיט מנין, מוז נישט זיין מיט כשר'ע עסן מען קען מיטנעמען פאר אזא קורצע צייט

עלהניסים » 25/1/2005 19:52

נתן, איך בין מתפלל זאלסט באקומען א נארמאלע ענטפער דא, לויט מיין אינפארמאציע ביסטו א שטיינדל פונעם לבנה, דאס האב איך געזעהן ווען די האסט ארויסגעוויזן אנטי-אהרוניזם ביי איינע פון דיינע פריערדיגע תגובות. ממילא דארף דאס גרויס רחמי שמים.

דאס קומעדיגע מאל ווען די פרעגסט, שרייב ארויס צו וועם די פרעגסט, פרעג דיינע שאלות פון די אנדערע שטיינדלעך פונעם לבנה.

אגב, האסטו מיר שוין אמאהל דארט געזעהן דארט אויף די לבנה?, אפשר זאגסטו מיר דיין אדרעס דארט?. די מיליאנע שטיינדלעך דארט, זענען גארנישט מיט נישט קעגן די ביליאנע אהרונים פונעם גלאויב. ווען מיר קוקען אראפ אויפן גלאויב, אויב וועסטו באמערקן איז די גאנצע זאך נאר אהרונים!.

דער בלאט באריכט ליידער נישט קיין נייעס וואס טוט זיך ביי אונז אויף די לבנה, ווייל פשוט מיר זענען א משהו פון א משהו פון כלל ישראל. 99% פון כלל ישראל זענען שוין היינטצוטאגס אהרונים. די איבעריגע מיליאנע מענטשן וואוינען מיט אונז אויף די לבנה!.....



==========

העיליגע שבת

נתן_העזתי » 25/1/2005 20:36

על הנסים,
זאלסט מיר אודאי אנטשוולדיגן אבער איך פארשטיי נישט %99 פון דיינע ווערטער, איך האב נישט קיין צייט איבערצוקייען די נארישקייטן, אהרוינים, לבנה, שטיינדלעך, אדרעס, וכולהו וכולהו, איך האב מיט אהרוינים און אנטי אהרוינים נישט קיין שייכות, כאטש איך האלט אז די אהרוינים גייען שוין - ווי מען זאגט - אפפ טרעק, אבער איך האב ברוך השם נישט קיין צייט פאר די זאכן.
למעשה קענסטו מיר ענטפערן וואס איך האב געפרעגט, אדער דו קענסט בלויז צוריקענטפערן מיט א פראגע, אדער צוריקווארפן א שטיינדעלע?
איך ווייס נישט וואס דו האסט געזעהן אין מיינע אנדערע תגובות, אבער איינער וואס לעבט בלויז אויף אנטי-אהרניזם, און אטאקירן יענעם - ווי עס שיינט פון אלע דיינע ווערטער אויף הייד-פארק, אין די פארשידענע פורומים און אשכולות, טרעפט עס ביי יעדעם, דוכט זיך, אפילו יענער זאל זיין א לעלוב'ער

תוקן על ידי - נתן_העזתי - 25/01/2005 20:47:36

KJAlliance » 26/1/2005 04:38

נתן

גערטנער פון מאנסי, האט דעם 'רילעקס אין' אין 'קאטשעטאון', לעבן מאנטיסעלאו, [א פופצן מינוט צו פארן גראד פון עקסיט 104 ביז ממש דער האטעל], עס איז קודם געווען א 'קימפעטארין היים', און עס איז גראדע זייער גוט געווען, אבער פאר פינאציעלע סיבות, האט ער עס געטוישט, צו א רעגולערע וואקאציע פלאץ,

די מעלות דערפון, שיין, זויבער, ווייט פון די שטאט, גוט צו עסן [פרעג דיר נאך, עס האבן זיך שוין געטוישט עטליכע מאל קעכער'ס דארט, גיב נאכאמאל א פרעג, ווער עס איז יעצט קעכער],

די חסרונות, ווינטער איז זייער קאלט דארט, ווייט אין מדבר [נאו מענס לענד, אפשר איז עס ביי דיר א מעלה] און ער איז היבש טייער כלפי וואס ער גיט

און וואס פרעגסטו וועגן נארט מיאמי?, מיאמי ביטש, נארט מיאמי ביטש אדער בעל הארבאר, איז מער ווייניגער איינס, לגבי אידישקייט, די איינציגע חילוק איז ווי העכער, אלץ טייערער איז די ריעל עסטעיט,

גראדע דארט זיך איז דא עפעס א ליבאביטשער שוהל, ביי 100 און עפעס א גאס,

נארד מיאמי אליין [נישט נארט מיאמי ביטש] איז ליטעל האוואנא מער ווייניגער

איינס, די מיינסט עפעס ספעציעל לגבי נארט מיאמי ביטש, אפשר קען איך דיר העלפן

אויב זוכסטו נארט מיאמי ביטש, ווייל דארט אין נישט ליע עוו אדער 13 עוו, וואלט איך דיר פארגעשלאגן 'פארט לאדערדעיל',
רוב פליגער'ס פאלן צו יענעם עירפארט, און בדרך כלל איז דארט ביליגער פון צו מיאמי, און א גרויסער פראצענט פון די מיאמי פארער, פארן דורך פארט לאדערדעיל עירפארט

די מעלה, עס איז שיין און שטיל, און ליבאביטש האט דארט אלע קהלה פונקציעס, אפילו א שיינע מהודר'דיגע נשים מקוה, נארוואס פארענדיגט

איך האף אז מיין פאסט האט דיר עפעס געהאלפן

נתן_העזתי » 26/1/2005 16:46

אלייענס,
יישר כח. אבער וואס איז מיט דעם פלאץ פון טאבאק? איז ער אויך אין מאנטיסעלאו? עקסזיסטירט בכלל אזא פלאץ? מיך שטערט נישט אזוי ווייט א מדבר, דער עיקר אז מען דארף נישט פאקן צופיל פעק און נישט בעטן צופיל טובות פון משפחה און שכנים צו האלטן די קינדער אויף צו לאנג.
איך זעה דו ביסט באקאנט אביסל אינדרויסן פון די דל"ת אמות פון ליע און דרייצן, אפשר איז דאך דא עפעס בעסער ערגעצוואו, מוז נישט זיין עפעס אויסערגעווענליך, איך מיין אז מער ווי איינער דא וועט געניסן דערפון

SRULI2 » 26/1/2005 17:12

think about montreal

תיבהאישית » 26/1/2005 17:35

מיך האט אינער פון בארא פארק געזאגט אז ער איז געגאנגען אין park house hotel און ס׳איז געווען זייער גוט.
נאר איין פראבלעם האט ער געהאט שבת און שול ווען זיינע קינדער וואס זענען געווען ביים שכן און האבן געדאווענט לעבן אים האבן נישט געוואלט צוריק גיין צום שכן.
זיי האבן זייער גיטע עסן אין פאר א טשענזש איז עס זייער גיט.

טאגליכט » 27/1/2005 02:00

נתן איך האב זייער הנאה פון דיין ענטפער פאר על הניסים וואס ער מיינט אז אידן זענען נאר געמאכט געווארן זיך צושלאגן, איך פערזענליך בין איך טאקע אן אהרוני אבער איך פיר א פריוואטע גמ"ח און ס'איז מיר איינמאל געקומען א אינגערמאן מיט א שלעכטע קרעדיט ביי מיין גמ"ח פארשטייט זיך אז איך האב אים נישט געוואלט געבן, אינמיטן רעדן קומט צו צומיר איינער מיט זיינע העד טשעקס אין איך נעם פארשטייט זיך גלייך ארויס מיין ענוועלאפ אין זיך אויף זיין טשעק, און איך גיב אים עס איבער מיט א ברכה, דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט קענען זיין פון די פארבארגערס אין נישט פון די בארגערס
שוין דער איד גייט אוועק און דער אינגערמאן נעמט זיך שרייען היתכן פאר אים וואס איז א זאלי בארגסטו אין פאר מיר בארגסטו נישט ,האב איך געענטפערט טאקא ווייל דו ביסט אן אהרוני בארג איך דיר נישט ווייל מיט א חבר אין קרוב עסט מען קיגעל אין נישט ביזנעס

אין יעצט צום ענין די ווילסט אוועק פארן אויף א שבת איך בין פאראיאר געווען און באלטימאר אויף איין שבת איך האב זייער הנאה געהאט איך האב מיר מיטגענומען עסן אין געדאווענט יעדע תפילה אין א אנדערע שיהל שלוש סעודות האב איך געפפירט אין הרב טויב'ס ביהמ"ד אין איך האב זייער הנאה געהאט
אגב איך בין נישט געפארן מיט מיין קאר נאר מיט מאנסי טרעילס וואס א באס דריי מאל א וואך פון בארא פארק

טוב_לכל » 27/1/2005 03:15

טאגליכט

דרך אגב, וואספארא קוגל עסט מען ביי די אהרונים ???
פון וויזשניץ ???

שמואל_מאיר » 27/1/2005 05:09

טוב, אפשר ביסטע מיר מסביר ווי די קשיא קימט אריין דא אין די אשכול???

הער אויף מיט דיינע קינדערישע דשאקוס אין לצנות וואס קיינער כאפט נישט נאר די אליינס!!!
אין פארדריי נישט קיין אשכול!

טוב_לכל » 27/1/2005 05:34

זיי מוחל און ליין איבער וואס טאגליכט שרייבט.

מיט קיין זינלאזע אטאקעס ענטפערט מען נישט אפ קיין נארמאלע טענות

(און ווער עס שפירט זיך געטראפן איז צריך בדיקה אחריו...)

שמואל_מאיר » 27/1/2005 05:58

טוב,כ"האב דיר א טובה געטין כהאב איבער געליינט וואס טאגליכט שרייבט
אבער איך כאפ נאך אלץ נישט דיין דשאוק אין נישט דיינע טענות
דא רעדט מען פין וואקציע אין נישט ארוני זאלי
חיץ די אין על הניסים שרייבט דא יעדער ווי א נערמאלער מענטש
נעקסט טיים שרייב אין די ספציעיל דיזיינט אשכול פאר דיר אין על הניסים די אשכול הייסט --וואס שרייבט על הניסים

תוקן על ידי - שמואל_מאיר - 27/01/2005 6:00:38

נתן_העזתי » 27/1/2005 18:04

טאגליכט,
אפשר גיבסטו אן מער פרטים, צב"ש וועלכע האטעל איז גוט, וועלכע געגנט, עפעס מער דיטעילס (איך האב גראדע א נעוויגעיטער, זאגסט מיר אן אדרעס און עס צייגט מיר אהן גענוי וויאזוי צו פאהרן)
איך כאפ מיר גראדע צו צום רעיון פון באלטימאר, איך האב שוין געהערט טאקע פון אנדערע אויך אז זיי זענען אהינגעפארן, אבער אינו דומה שמיעה לראיה, און אלס איינער וואס איז שוין דארט געווען קענסטו מיר זאגן וואס איך זאל נישט טוהן.. יישר כח
אזוי גייט עס, קודם פיהרט מען א גמ"ח, נאכדעם טוט מען נאך מצוות און מען זאגט פאר אנדערע אידן וואו צו גיין זיך אויסרוען (א חסד של אמת, ווייל דער מקבל ווייסט נישט ווער עס איז דער נותן, און דער נותן ווייסט נישט ווער עס איז דער מקבל...)
אגב, ווי ווייט איז עס פון וואשינגטאן?

נתן_העזתי » 27/1/2005 18:31

איך האב אזויפיל געטשעקט אז עס נעמט בערך 3 שעה צו פאהרן מיט א קאר. מיט די באס לוינט זיך נישט ווייל איך קום אן אהין בין איך אהן א קאר און גיי שלעפ זיך אין די ביטערע קעלטן.
אבער נאך אלץ וויל איך וויסן מער פרטים, צב"ש שולן, האטעלן, ועוד, איך וויל נישט פאהרן אין דער וועלט אריין.
אויך, ביז וואשינגטאן דויערט אומגעפעהר איין שטונדע

תוקן על ידי - נתן_העזתי - 27/01/2005 18:46:11

טאגליכט » 27/1/2005 18:48

נתן קח ולך פון דא האב איך געשעפט אינפארמאציע
http://www.kosherdelight.com/MarylandOrthodox.htm

און אגב סאיז דא א אידישע טור גייד קיין וואשינגטאן איך האב נישט יעצט די לינק באט ווען איך וועל האבן אביסל מער צייט וועל איך עס אויפזיכן, סאיז דא דארטן א ריזיגע היימישע גראסערי מיט כמעט אלע היימישע פראדוקטן איך געדענק נישט פונקטליך וויאזוי סהייסט אזוי פיל געדענק איך אז די באס שטעלט זיך דארטן אפ, איך בין דעמאלס ארויס געפארן מיטוואך, איך בין נישט איינגעשטאנען ביי א האטעל נאר ביי איינעם א איד אין שטוב, איך בין דאנערשטיג צופרי ארויס געפארן אויף וואשינגטאן אין באזיכט די האלאקאסט מוזיאום, געזעהן די קעפיטל, די ווייט האוס, וכדו' מיר האבן זיך זייער אינדשויט, פרייטאג האט מען סתם געפעניעט אין שיהל און זינטאג בין איך צוריק אהיין געפארן
הצלחה

תוקן על ידי - טאגליכט - 27/01/2005 18:57:46

נבוכדנאצר » 28/1/2005 00:09

איך בין גראדע געווען אין לעיקוואוד נישט לאנג צוריק, אבער ביי א חבר, אין קעפיטאל האטעל איז דא צרות, ר' עמרם ראטה האט אראפגענומען די השגה, עס האט זיך דארט אפגעטון ששון ושמחה, ביינאכט איז געווען א שרעק, איך הער אז מען האט דעם אייגנטימער אריינגעלייגט אין חרם, און ער מאכט זיך גאנץ קנאפ וויסנדיג, אבער אלץ פלאץ איז לעיקוואוד גאנץ אינטערעסאנט, מען זעהט זיך ארום מיט אנדערע מענטשן ווי מען איז געוואוינט דא אין אונזערע געגנטער, עס איז נישט ווייט, עס נעמט נישט מער פון א שעה און עטליכע מינוט, די וועג איז גאנץ גרינג, פאר מיטן פארקוועי ביז עקזיט 88 (דער וועג מיטן 9 איז א פחד, פול מיט לייטס און אפטמאל טרעפיק), מען פארט צוויי דריי מייל און מען איז אויף מעדיסאן-9 פאהר אהין וועסט הנאה האבן קענסט רופן קעפיטעל אפשר האבן זיי שוין צוריק די השגחה דאס האב איך געהערט הארט נאך יום טוב

נבוזראדן » 28/1/2005 00:18

כאב גימיינט איך בין די איינציגע חכם, איך זע אז איינער האט זיך נישט גישעמט מיט זיין נאמן נבוכדנאצר יעצט קען איך שוין שרייבין מיט מיין נאמן וואס איז נישט ציפול ווייניגער שלעכט נבוזראדן. אבער איז ווייס נישט וויזוי מען מאכט רויטע און דיקע אותיות עפשר קען מיר איינער זאגין וואלט איך עהם מכיר טובה גיווען

זאליweaky » 28/1/2005 00:24

עס אי וויכטיג צו דערמאנען אז ר' עמרם ראטה'ס השגחה איז נישט פון די בעסטע (איך קען נישט שרייבן קיין פרטים, ווייל איך וויל נישט ארויסגעבן ווער איך בין).
און אז ער האט שוין אראפגענומען די השגחה, איז א סימן אז עס איז באמת צרות.

התאחדות » 28/1/2005 01:18

אפשר דארף מען מאכן א אנדערן אשכול פאר דעם
אבער דאס וואס דו זאגסט אויף די השגחה פון ר' עמרם ראטה, איך האב גראדע אסאך געמאכט ריסערדזש אויף דעם, און קודם האב איך געהאט דיין מסקנא אבער לעצטענס האב איך געהערט פון א מקור נאמן אז דער עיקר מלחמה פון די בעלי מכשירים קעגן זיין השגחה -וואס פוןדעם אז צושפרייט אין די גאס אז די השגחה טויג נישט- קומט וויבאלד ער איז גאר א ביליגער בעל מכשיר און די געשעפטן פאבריקן רעסטוראנטן האבן געדראפט די טייערע בעלי מכשירים און איהם גענומען, האבן זיי אויף איהם ארויף געלייגט א נאס ליילעך אז ער איז א קל און זיינע הכשירים האבן נישט קיין האפט, ווי אזוי האט מיר איינער געזאגט "ווי א שטיק חזיר האט עס א השגחה פון ר' עמרם", אזוי מאכט עס קאלט די בעלי בתים איהם צו נעמן כמובן, אבער איך נעם נישט קיין פולע אחריות אויב דאס איז ריכטיג.
חוץ מזה קען איך ר' עמרם פערזענליך ס'האט מיר נאך נישט געפאסט אז איך זאל איהם פרעגן וועגן די הכשירים, אבער דאס איז זיכער אז ער איז גאר א גרויסע יראת שמים, און אלץ דעם בין איך זייער לאנג נאכגעגאנגען די רומער'ס אויב עס איז אמת

זאליweaky » 28/1/2005 04:21

איך האב שוין געזאגט אז צוליב פריוואטע סיבות קען איך נישט אריינגיין אין קיין פרטים.

אזויפיל קען איך יא זאגן, איך בין "נישט" קיין בעל מכשיר.