REVEALED: טעקס ריטוירנס פון עזרת חולים
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1261524
איך פאנג אן מיין ערשטע רעפארטאזש אויף די פארום, מיט'ן ארויפלייגן דאקומענטן איבער עזרת חולים וואס איך האב געטראפן אויפ'ן אינטערנעט, ביי די ארגאניזאציאנען וואס געבן זיך אפ מיט זאמלען "טעקס ריטוירנס" פון נאן-פראפיט ארגאניזאציעס, וואס דאס איז אפן פאר'ן פאבליק ווי דער געזעץ פארלאנגט.
איך האב געטראפן דעם טעקס ריטוירן פון דעם עזרת חולים העלט סענטער, וואס דינט אלע קרית יואל'ער איינוואוינער צוגלייך שוין א שיינע פאר יאר בליעה"ר.
די ריטוירן וואס איך ברענג דא איז פון יאר 03' למספ'. ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט פארשידענע פרטים וואס מען זעט דארט, בין איך עס דא מזכה פאר'ן עולם. קוטס און האטס הנאה.
צום ערשט לייג איך דא די פראנט פעידזש פון די ריטוירן. אויב'ן אויפ'ן רעכטן זייט זעט מען דעם יאר פון וואס מען רעדט און אונטער דעם שטייט אין שווארצן קעסטל אז די אינפארמאציע איז פאר'ן עולם צו "אינספעקטן" ווייל דאס איז שטייער צאלער'ס געלט.
אויף דעם פעידזש זעט מען אזוי:
די טאטעל הכנסות פון יאר 03' איז געווען 6,122,288 $ - דאס מיינט איבער זעקס מיליאן דאלאר.
די טאטעל הוצאות איז געווען 6,463,403 $ - דאס מיינט אז עס איז ליידער געווען א דעפיציט פון 341,205 $.
ס'איז טאקע א שאד אז אזא וויכטיגע ארגאניזאציע האט געהאט א דעפיציט. ווער ס'ווייסט פשט ביטע ערקלערן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
אויף די פעידזש זעט מען די אלע טייערע הוצאות פון די עזרת חולים. מען זעט אויך (ס'איז היילייטעד) וואס ס'קאסט צו זיין אינעם העלט סענטער א יאר, (ווייל די בילדינג געהערט פאר די מוסדות צוזאמען מיט'ן גאנצן שאפינג סענטער).
מען זעט אז צו זיין אינעם בילדינג (OCCUPANCY) קאסט צו זיין א יאר 853,067 $, דאס מיינט איבער 71,000 דאלאר א חודש.
אויך זעט מען אויף די זעלבע פעידזש אז ס'איז געווען 69,340 וויזיטס אין 03', א שיינער נאמבער בליעה"ר פאר א העלט סענטער. איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז די העלט סענטער איז אזוי פאפולער אין שטעטל
תוקן על ידי - Ish_Emes - 25/01/2005 10:04:07
[בילד – נישט אפגעהיט]
אויף דעם פעידזש זעהט מען די פינף בעסט-באצאלטע אהנגעשטעלטע אין עזרת חולים. ס'איז אינטערסאנט אז דריי פון די פינף זענען קינדער דאקטוירים (פידיעטרישענס). איך האב געמיינט זיכער אז די דענטעל דעפארטמענט איז זייער בעסטע סעקשאן. איך האב נישט געוואוסט אז זייער קינדער דאקטוירים אפטיילונג איז אזוי פאפולער.
צווישן די פינף בעסטע באצאלטע איז אויך יעקב פנחס פריעדמאן, דער פינאנציעלער דירעקטאר וואס האט אראפגעשטעלט די פינאנציעלע יסודות פונעם העלט סענטער זינט איר גרינדונג.
[בילד – נישט אפגעהיט]
אויף די פעידזש זעט מען וויפיל עזרת חולים האט פארדינט די לעצטע פינף יאר, וואס פון דעם זעט מען אז זייערע הכנסות ווערט ב"ה גרעסער, נישט קלענער.
[בילד – נישט אפגעהיט]
אויף דעם פעיזש זעהט מען די סיבה פארוואס עזרת חולים איז פריי פון צאלן שטייער. איך וועל עס פרובירן איבערזעצן אויף אידיש:
"עס איז א זעלבסשטענדיגע דייאגאזירער און טריטמענט סענטער מיט א לייסענס אונטער ארטיקל 28 פונעם נ.י. סטעיט פאבליק העלט געזעץ. דער צענטער שטעלט צו א ברייטער אויסוואל פון העלט סערוויסעס צו א גרויסע באפעלקערונג מיט זייער באגרעניצטע מעדיצינישע סערוויסעס"
(גענוג גוט איבערגעשריבן? איי טרייד מיי בעסט...)
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא זעהט מען צוויי לאנג-טערמיניגע חובות פון העלט סענטער. איינס איז שוין כמעט אינגאנצן באצאלט. די אנדערע איז א ליעס פאר עקוויפמענט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא זעט מען די ליסטע פון די עזרת חולים באורד אוו דירעקטארס וואס זיי זענען די אפיציעלע בארד מעמבערס אנערקענט ביי די סטעיט און זיי האבן די אחריות זיכער צו מאכן אז ס'איז דא אלע העלט סערוויסעס פאר'ן ציבור ווי אויך צו באשטעטיגן אלע געהאלטער פון די איינגעשטעלטע און זיך זארגן פאר'ן פינאנציעלן מצב פונעם סענטער אז אלעס זאל זיין אין ארדענונג אויך ווערט אויסגערעכנט דער לאנגיאריגער עקזעקעטיוו דירעקטאר נחום פריעדמאן וואס ער באקומט א געהאלט פון 207,650 $ א יאר, וואס דאס מיינט 4,153 $ א וואך! איך האב נישט געוואוסט אז מען קען ווערן א שיינער באלעבאס פון א העלט סענטער.
די באורד מעמבערס זענען אין די רייע:
1. וואלף שניצלער
2. מרדכי שלעזינגער
3. שלמה כ"ץ
4. ישראל יעקב סופר
5. ??? (ווער ס'ווייסט ווער ראנאלד קאהען איז ביטע שרייבן)
6. נחום פריעדמאן
7. חיים נתן וויינשטאק
8. אברהם ווידער
9. חיים נחום ווערצבערגער
[בילד – נישט אפגעהיט]
ראן קאהען, איז א לויער
א זייער א גוטער לויער
און ווער ס'געדענקט, האב איך שוין געשריבן, די גוטסקייט פון דעם פריעדמאן באטשי
און אגב איש אמת, דיין אמת הייבט זיך אן ביי דיין נאמען
אבער, ווער ווייסט נישט פון סטאר גייד, און אפשר לייגסטו ארויף, אלע ארגענעזאציע, אינקלאדינג, סאשעל סערוויס ארגינעזעשאן, בהנהלת דאיר מייטש
71,000 דאלאר א חודש? איז עס נישט אביסעלע צו סאך?
איך ווייס אז די בילדינג איז 40,000 פיס גרויס, אבער נאך אלס איז עס אביסעלע אסאך.
גולם אדרבה זאג דו וויפיל עס קאסט א סקווער פיס, אפיס ספעיס
און צווייטענס, די געלט, גייט צו צאלן א מארגעדזש
און דריטענס, יעצט ווייסטו שוין פארוואס 'וועד הקרי' איז געפיילט אלץ א "פאור פראפיט" ענטעטי, נישט א "נאן פאר פראפיט" ...........................
העיקר חסר מן.............
אגב, איז משמע אז איש אמת, פארלירט זיך ווען ער זעהט 7 נומערן, נו, ווען ער וועט זעהן 8 נומערן קארפאראציע'ס וואס וועט ער זאגן דעמאלט
איש אמת, אדרבה, האלט דעם עולם אפדעיטעט, דאכט זיך אז יעדער אינדזשויעט עס, עכ"פ ווילאנג די וועסט אויפזוכן "יעדענ'ס" טעקס ריטוירן'ס זיכער
קעי דזשעי
עוד חזון למועד
KJ,
וואס איז ראנג מיט מאיר דייטש? ווייל ער האט נישט געוואלט מיטטאנצן מיט אהרן טייטלבוים? א איד וואס טוט א גאנצן טאג טובות פאר אידן טאר מען נישט מבזה זיין (כאטש דאיר מייטש איז נישט קיין בזיון, אבער ביי די אלע וואס זענען אנגעשטעקט מיט די קינדער-קרענק וואס רופט זיך אהרניזם ווערט ער אזוי גערופן)
גולם. ביסטו טאקע אזא גולם?
דער בנין צו בויען האט געקאסט געלט. קיינער האט עס נישט מנדב געווען. מען האט ארויסגענומען א מארגעדזש פון פיר מיליאן דאלאר וואס מען מוז באצאלן מאנאטליך.
פון די 70 טויזנט דאלאר גייט 40,000 תיכף אראפ פאר די באנק.
און אויפהאלטן א העלט סענטער איז אויך נישט א קינדער שפיל. עס קאסט ממון ודמים. דמים תרתי משמע.
רעדסט ווי א צולייגער. אדרבא, אפשר ביזטו מנדב איין חודש נאר די לעקטער, אדער נאר די געז, קלינען די בילדינג, מעינטענענס, ריפעיר, שניי שארן, וואסער, סוער, סאניטעישאן. דאס אלעס קומט אויס א גראדע 20 אלפים.
בלייבט מען איבער מיט א נארישע הכנסה פאר די מוסדות פון 10 טויזנט דאלאר, וואס קומט נישט פון דיין קעשענע נאר פון אנקל סעם. אנקל סעם באצאלט עס גערן.
אדרבא, פרעג מאיר דייטש וויפיל ער רייסט פון די גאווערמענט פער יעדע סקווער פיס פון זיין בילדינג. וועסט זיין געשאקט צו זען אז די ישיבה טשארדזש פעניס פער סקווער פיס קעגן וויפיל ער טשארדזשט.
און אגב, די 10 טויזנט דאלאר קלעקט קוים צו באצאלן די מיליאנען דאלארן אין חובות וואס איז איבערגעבליבן, פון דעם וואס מען האט זיך געדארפט דעפענדן פון די שווערע אינוועסטיגעישאנס איבער די מעדיקל סענטער, וואס מען האט גע'ירשנ'ט פון די אלטע הנהלה, כידוע לשמצה.
ווייז ווי מאיר דייטש ספענד זיין געלט און וויפיל רענט ער גיט אויס א יאר
וועיזשעס אויך און אלע זיינכ איי אר עס פיילס אלץ איש אמת
חילולהשם,
אויב איז מאיר דייטש א גוטער איד ווייל ער טוט "טובות" פאר אידן, דעמאלטס איז גדלי' סעגעדין א צדיק הדור, ווייל ער באקומט סאך מער פראגראמען פון די גאווערמענט קען ער טאן סאך מער "טובות" פאר אידן.
איך וויל נאר וויסן אויב פון די הונדערטער טויזנטער דאלאר וואס מאיר שלעפט ארויס פון די גאווערמענט, פאר'ן "פאררענטן" זיין הויז (וואס איז פארשריבן אויפ'ן נאמען פון "עזר חתנים", אז ער זאל נישט דארפן צאלן קיין טעקס) צו ער פארטיילט פון די געלט פאר עניי קרית יואל און ער טוט דערמיט טובות.
און וועגן די כינוי פון דאיר מייטש: ווער איז געווען דער ערשטער אויפצוקומען מיט אזעלכע נעמען ווי "דוד עקלשטיין", "חורינער" וכו' וכו' וכו' קלין אויס דיין אייגענע שמוץ פאר דו פאנגסט אן צו אטאקירן אנדערע וועגן כינויים.
אדרבא, זאג דו, ווער איז געווען דער ערשטער צו מכנה שם זיין ???
ווער האט ערפינדן דעם מיאוס'ן נאמען "זאלי" אויף א רב, ווען ער האט קיינמאל קיינעם קיין שלעכטס נישט געטאן ???
באראש, אויב איז אמת אז ס'איז דא א דעפיציט, לויט ווי איך זע אין די טעקס ריטוירן, פארוואס רעדאצירט נישט ועד הקרי' די רענט פאר עזרת חולים, אז זיי זאלן קענען נוצן די געלט פאר אנדערע אויסגאבן?
אפשר זאלן די אנגעשטעלטע רעדוצירן זייערע אומדעהערטע געשוואלנע געהאלטן ווי צו צונעמן די אפגעהארעווטע ציבור געלט
גולם, וואספארא שטותים רעדסטו?
וואס מיינסטו מיט די ווערטער אז מען זאל רעדוצירן די רענט? וועמענ'ס רענט??? באצאלט דען עזרת חולים די רענט? די סטעיט באצאלט דאך עס!
די סטעיט באצאלט יעדעס יאר א סומע געלט פאר OCCUPANCY, וואס דאס מיינט וויפיל געלט עס קאסט צו אקופירן דעם בילדינג. אין דעם איז אריינגערעכנט רענט, לעקטער, געז און אלע אנדערע זאכן וואס איך האב פריער אויסגערעכנט. דאס געלט קומט סטרעיט פון די סטעיט. ס'האט גארנישט מיט עזרת חולים.
אנפאנג ווען מען בויט א העלט סענטער מאכט אפ די סטעיט וויפיל זיי זענען גרייט צו געבן רענט. און די ישיבה נעמט דעם גאנצן מאקסימום וואס די סטעיט האט באשלאסן פון אנפאנג צו געבן, אז זיי זאלן קענען איבערבלייבן מיט א נישטיגע ריוח פון צען טויזנט דאלאר א חודש.
די סטעיט קאסע וואס באצאלט פאר די רענט און די סטעיט קאסע וואס באצאלט פאר מעדיצינישע סערוויסעס, זענען צוויי עקסטערע קאסעס, וואס האבן גארנישט איינס מיט די אנדערע.
אפילו די ישיבה נעמט די איבערגעבליבענע צען טויזנט דאלאר וואס קומט פון די רענט קאסע, און גיט עס בשתיקה צוריק פאר עזרת חולים (וואס ווער ווייסט צי זיי טוען עס נישט) וועלן זיי עס נישט זאגן פאר דיר און נישט פאר מיר, ווייל עס איז א שרעקליכער פארברעכן דאס צו טאן. ס'איז ריכטיג "מעדיקעיד פראוד" צו נעמען געלט פון די רענט קאסע, און עס געבן פאר אנדערע צוועקן, און די בארד מעמבערס פון עזרת חולים קענען קרימינאל אנגעקלאגט ווערן פאר'ן באשטעטיגן און דורכלאזן אזא פראוד.
תוקן על ידי - זשוליאני08 - 26/01/2005 3:49:23
איש אמת, שאף ביטע אויך דאיר מייטש'ס [אדער מאיר הכהן שדעתו יפה דייטש, פאר די 'אלד טיימערס] טעקס ריטורן'ס פון זיין ארגינעזעשאן
און זאל 'חילול השם' און די אנדערע 'תמימי לב' [נישט מער געדאכט] ווייטער אונז פארקויפן וואס פארא גוטסקייט, דער נידעריגער מלשין און מסור איז
חילול, עס אינטערעסירט מיר נישט, וואס ער האט געטאן אין די "ל" יארן, איך רעד פון די "נ" און די "ס" יארן,
און עלהניסים, איך וויל נישט זיין צוזאמען מיט אים ביי די סעודת לויתן מיט אזעלעכע צדיקים, העכסטענס וועט ער האבן קאמפאני מיט גראף פאטאצקי, אויב קענסטו די מעשה מיטן גר צדק פון ווילנא
מיר גלייבן אין איין תורה, איין באשעפער, און די גלייב אין דיינס
די אלע נאט פאר פראפיט טעקס ריטורן'ס חוץ פון א שוהל זענען פאבליק אינפארמעישאן.
אז די ווייסט ווי דער מוסד הייסט איז עס א קלייניקייט צו האבען.
איך ווייס אז מען דארף גיין צו סטאר גייד
אבער איך האב נישט קיין צייט, נאכצוקוקן, אריינסקענען, בקיצור די 'האול ווארקס'
אויב איש אמת, וויל בארייכערן דעם פארום זאל ער אריינלייגן פון אלע צדדים
איך פערזענליך, בעט אריינצולייגן איצט דאיר מייטש
איך האב געזאגט "עוד חזון למועד". איך פלאן ארויפצולייגן דאקומענטן איבער אנדערע וויכטיגע ארגאניזאציעס אין קרית יואל אין די נאנטע טעג.
STARGUIDE
SORRY
GUIDESTAR
איך האב אן אנדערע שאלה. עזרת חולים צאלט אוועק אפאר מיליאן דאלאר פאר וועידזשעס פאר זייערע דירעקטאר, קאנסאלטענטס, אקאונטענטס, וכו' וכו'.
פארוואס שניידט מען נישט זייערע וועידזשעס צו קענען באצאלן דעם דעפיציט און שאפן בעסערע דאקטוירים פאר'ן העלט סענטער.
פארוואס דארף נחום פריעדמאן מאכן איבער פיר טויזנט דאלאר א וואך? פארוואס דארף עזרת חולים צאלן איבער א האלב מיליאן דאלאר פאר קאנסאלטענטס? וועלכע קאנסאלטענטס האבן זיי געוואלד און געשריגן?
זאלן די באורד מעמבערס זיך צוזאמנעמען און קאטן די וועידזשעס רעכטס און לינקס. איך בין זיכער אז נחום פריעדמאן וועט נישט ווערן אן ארימאן אויב ער וועט מאכן נאר צוויי טויזנט דאלאר א וואך. אויך וועט עזרת חולים נישט אונטערגיין אויב מען וועט אויפהערן צאלן איבער א האלב מיליאן דאלאר פאר קאנסאלטענטס.
איש אמת
יש"כ פאר דיין גיטע ארבעט עס איז געווען אינטערסאנט פאר זאליס אין ארונים ציגלייך
עס וואלט טאקע געוון אינטערסאנט ווען די לייגסט ארויף
מאיר דייטשס טעקס ריטערון
u j o
cjc
אויב סאיז דיר שווער לייג ארויף ווי מען טרעפט די זאכן כוועל עס אליינס אויפזיכן
יש"כ
רבותי, ס'איז צייט מען זאל זיך נעמען איבער נחום פריעדמאנ'ס ביינער, און אים מאכן באצאלן א פרייז פאר די קראנקע ווירטשאפט פון עזרת חולים.
זאל נחום פריעדמאן מאכן נאר 1,000 דאלאר א וואך, און מיט די איבעריגע געלט זאל מען אויפנעמען נאך איינס אדער צוויי גוטע דאקטוירים.
זאל מען אנפאנגען צו פארלאנגען פון נחום חשבון אויף יעדע פעני וואס ער גיט אויס. מען קען מער נישט לאזן אזויפיל געלט גיין לטמיון.
ס'דארף ווערן ארדענונג דארט.
זאל מאיר הירש טון די זעלבע זאך וואס ער האט געטאן אין בית השחיטה, זאל ער אריינקומען אינעווייניג אין עזרת חולים, און נישט ארויסגיין פון דארט ביז ארדענונג ווערט.
אזעלכע נאראנים...
נחום פריעדמאן איז גארנישט אזוי שלעכט, און טרעף מיר א דירעקטאר פון א העלט סענטער מיט קנאפע הונדערט טויזנט וויזיטס פער יאר וואס מאכט ווייניגער וועידזשעס. ער באקומט וויפיל עס איז דער גייענדיגער פרייז אין זיין פעלד.
פון שניידן וועידזשעס האט נאך קיינער אין די וועלט נישט פארדינט, חוץ מען האלט ביי באנקראט, און עזרת חולים האלט נישט ביי באנקראט. יא, מען דארף מאכן ארדענונג, אבער די וועידזשעס האט גארנישט קיין שייכות דערמיט.
בכלל איז נאריש צו רעדן וועגן הויכע וועידזשעס, בכלליות.
און איך נעם בכלל נישט קיין שטעלונג אויף די רענט אדער וועד הקרי'. איך ווייס נאר אזויפיל אז מ'זאל קוקן וויפיל א העלט סענטער צאלט רענט פאר אזויפיל סקווער פוס ערגעץ אנדערש, און פארגלייכן. איך האלט אז וועד הקרי' מעג נעמען ברייטע רענט, ווילאנג עס איז נישט משוגע הויך אריבער יעדע גרעניץ.
און פאר די מענטשן וואס זוכן יושר און גראדקייט, זוכט אפשר ציוויליזאציע אויפן פלאנעט מאדים, ווייל אויף אונזער וועלטל וועט איר נישט טרעפן צופיל דערפון, אין ערגעץ נישט, ממילא טוטס עפעס בעסער מיט ענקער צייט. קיינער איז נישט פערפעקט.
ביי ביי
ועד הקרי' מעג נעמען וויפיל רענט זיי ווילן, אפילו איבערגעטריבענע פרייזן, ווילאנג די געלט קומט נישט פון עזרת חולים נאר פון די סטעיט.
פאקטיש נעמען זיי נאר 50,000 דאלאר, וואס איז פּראפּארשענעל סאך ווייניגער וויפיל מאיר דייטש בעט פון די גאווערמענט פאר זיין הויז.
און פון די 50,000 דאלאר גייט אראפ 40,000 דאלאר פאר מארטגעדזש. סאו ועד הקרי' בלייבט מיט נארישע 10 טויזנט דאלאר פראפיט א חודש.
אין באריכט די וואך מוטשעט ער שוין עודך וועגן עזרת חולים
ווייסט איינער פארוואס האבן זי זיך פאלייגט אויף עזרת חולים? מכלופערשט איז דאך נחום פר"מ זייער'ס א מענטש? איך האלט אז זיי וועלן נאר שאדן מאכן מיט דעם
פייפליין
דיין קשיא איז די בעסטע תירוץ
לויט ווי איך הער לעצטענס זענען די זאליס געוואר געווארן אז נחום פריעדמאןס ליעס מיט די ווילידזש לויפט אפ אין 10 חדשים ארום, וועגן דעם פראבירן זיי צו פארארבעטן אויף אלע וועגן אז נחום זאל פארלירן די נעקסטע ליעס, אזוי וועלן זיי קענען אפן אריינעמען צו זיך נחום וואס האט פארבינדונגען מיט פארשידענע פאליטשענס און א שטארק מיושבדי'ג מענטש ווי אויך האט ער פון די "גרינע " (ער האט ארום 65 האומס און פארשידענע סטעיטס וואס זענען אונטערן נאמען" ky financial") וואס ביזדערווייל קענען זיי נישט צופיל נהנה זיין פון דעם
ריש דיך אז זיי וועלן אזוי לאנג אים רודפן ביז ווילידזש וועט אים פייערן אדער וועט ער אליינס רעזיגנירן