היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » נאך איין וואך צום אפיעל

נאך איין וואך צום אפיעל

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1261437

זאליweaky » 25/1/2005 03:28

דער קאורט פון "קהל יטב לב ד'סאטמאר" דארף די וואך אריינגיין צום אפיעל, ביז JANUARY 30.

לאמיר האפן אז די מסרבים לדין וועלן זיך פארט בארעכענען איבער דעם בכייה לדורות וואס זיי מאכן אן, און זיי וועלן זיך שטעלן צו א נארמאלן אומפארטייאישן בי"ד.

KJAlliance » 25/1/2005 03:32

איך האב געוויסט אז זאלי איז וועקי, אבער נישט אזוי וועקי

זשוליאני08 » 25/1/2005 03:36

קעי דזשעי, וואס איז דער פראבלעם?

KJAlliance » 25/1/2005 05:55

ווער בארעכענען וואס בארעכענען

ווייסטו ווען די זאלי'ס וועלן שרייען דין תורה, ווען די קאורט וועט זאגן מאכן וואלן, געהעריגע וואלן

דעמאלטס וועלן אלע זאלי'ס אפירקומען, לאמיר גיין צו דין תורה

איך האף אז מען וועט נישט גיין צו דין תורה, ביז נאך די וואלן, אדער אז זיי טרעטן אפ פון קהל'שאפט צייטווייליג

אבער, לאמיר נישט כאפן די פיש פאר די נעץ

ביזדערווייל, האבן זיי דאך "געזיגט" מיט הער באראשששששששששששש

זאליweaky » 25/1/2005 14:30

עס איז קלאר אז די "זאלי תורה" וועט נישט לאזן גיין צו דין תורה ביז ווען זיי וועלן זיך עפענען די אויגן אז די אהרונים קענן אפשר יא געוואונען, און דאן וועט לכאורה שוין זיין צו שפעט.

אבער אלס איד וואס גלויבט אז אלעס קען פאסירן, האף איך נאך אלץ אז זיי וועלן אנערקענען דעם "חרבות לנצח" וואס זיי מאכן אן, און עס פאררעכטן בעוד מועד.