היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » וועלכע באנק ארום קרית יואל איז די בעסטע

וועלכע באנק ארום קרית יואל איז די בעסטע

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1261219

טאגליכט » 24/1/2005 22:38

וועלכע באנק ארום קרית יואל איז די בעסטע פשוט איך וויל עפענען אן פרישע ביזנעס אקאונט איך האב אזוי פיל אפשעןס יעדער זאגט צו עולם ומלואו אבי נאר צו קומען צו אים וויל איך וויסן ווי צו גיין
ביטע זייט אזוי גוט אין זאגט מיר אייערע עקספיריענס מיט די בענק דא ארום ק"י
שכוח

קריתיואלער » 24/1/2005 22:47

איך האב גערעדט צו א פאר קרית יואלער ביזנעסלייט און רוב פון זיי האבן זייערע אקאונטס אין טשעיס. לויט ווי איך הער גיט טשעיס די בעסטע סערוויס. חוץ די אלע סערוויסעס און סעיווינגס וואס זיי געבן אין באנק געבן זיי אויך די בעסטע אנליין סערוויסעס וואו מען קען זען א קאפי פון אלע טשעקס וואס מען האט ארויסגעגעבן וכו' וכו'

התאחדות » 28/1/2005 00:51

איך האב א חבר וואס האט א אקאונט אין קי בענק ער זאגט אז דאס איז נאך די איינציגסטע באנק אין די גלילות קרית יואל וואס האט נאך די אלטע טעם פון די אמאליגע בענק וואס האבן נישט געמאכט קיין בעיות.

iraq4002 » 28/1/2005 15:27



איך האב געהאט אקאונטי אין עמ-טי, טאקע ווי אמאל, אבער זיי האבן אויסגעקוקט אזוי שמאל-קעפיג, אלץ האט א דעפאזיט געדויערט א האלבע שעה, קיינמאל נישט גענוג טעלערס, און אויסטערליש שטרענגע רעגולאציעס. איינמאל האב איך געוואלט ארויסנעמען קעש עדווענס פון א קרעדיט קארד, עטליכע אלפים, ממש עמערדזשענסי. די טעלער האט מיך געלאזט ווארטן משוגע נערוועז, און געקאלט די קרעדיט קארד קאמפאני, ווארטנדיג אויף האלד דריי שעה, איך בין צופלאצט געווארן, צוריק געבעטן מיין לייסענס און אנדערע איי-די און אנטלאפן פון דארטן.

האב איך באשלאסן צו זוכן א נייע באנק, וואס איז נישט אזוי אלטמאדיש.

מען האט אלץ געזאגט אז א קליינע קאמיוניטי באנק איז בעסער ווי די גרויסע, בין איך געגאנגען צו פראווידענט, די נייע באנק לעבן וואל-מארט, ווייל ס'איז קליין און נאנט.

א באנדע אנטיסעמיטן!

איך האב אריינשפאצירט מיט מיין ווייב צו מאכן א דזשאינט אקאונט, האבן זיי געמורמלט איינער צום אנדערן, "נו, ווער האט זיי גערופן, אפשר גייסטו קעיר נעמען פון זיי". זייערע אויסדרוקן אויפן פנים האט פונקטליך געזאגט וויפיל נערווען זיי האבן צום קרית יואל'ן פארפאלק. איך האב צוריקגעקומען ביידע פאספארטן און געזאגט פאר די רביצין, געגאנגען פון דאנעט.

די דריטע סטאנציע איז געווען טשעיס, א נחת פון די ערשטע מינוט, ועד היום הזה. ס'איז א גרויסע באנק, אבער זייער געשמאק, נאך קיינמאל נישט געזען אזא געשמאקע באנק אין אלע הינזיכטן.

זיצנדיג ביים עפענען די אקאונט, האבן זיי אויפן פלאץ עפראווד א אווערדרעפט ליין אוו קרעדיט פון עטליכע אלפים, און נאך דערצו א נייע וויזא פלאטינום פון עטליכע אלפים, איך בין אויפגעשפרינגען פון אזא סערוויס! איך האב דאס ניטאמאל געבעטן.

זייער אנליין סערוויס איז הערליך, זייער גרינג, שיין אויסגעשטעלט, סעקיור און סאפיסטיקירט. אלע מעלות.

איך זאג ענק ס'איז א מחי', אבער מען דארף היטן די אויגן ווייל טשעיס האט אריינגעלייגט א טעלעוויזיע צו האבן וואס צו טאן בשעת שטיין אין די ליין...

ביי ביי