ווער רייסט צעטלעך אין ביהמ"ד קרית יואל?
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1260912
איך האב נארוואס געזעהן די באריכט פון פר' בא (באקומען פון א חבר מיינע, געקויפט אין בארא פארק אין א גוישע צייטונג געשעפט), איך זעה דארט א גאנצע קאסטאסטראפע וועגן רייסן צעטלעך אין ביהמ"ד אין קרית יואל.
וואס איז דארט פארגעגאנגען?.
WOW, יעצט ביסטו גאר געווארן א בארא פארקער.
אבער זאג מיר עלהניסים, אמת'דיג. דו האלטסט אז ס'איז דא איינער וואס מיינט אז דו ביסט נישט א קרית יואל'ער און אז דו האסט נישט געליינט דעם באריכט די ערשטע רגע ווען ס'איז ארויסגעקומען?
אגב. אויב האסטו עפעס געליינט אין באריכט, גיי פרעג די באריכט חברה וואס דאס מיינט. וואס ווילסטו פון אונז?
ווען דו האסט געליינט אינ'ם באריכט אז כעזקי בראך האט געגעבן א וואסער קוואל פאר'ן ווילעדזש, אדער די אנדערע ב.ש. וואס דארט שטייט יעדע וואך, ביסטו אויך געקומען פרעגן אונז וואס ס'מיינט?
האלט זיי רעספאנסיבל פאר זייערע ליגנטס. לאז אונז ארויס פון פיקטשער.
איז אזוי, שד הער מיך גוט אויס!.
צו איך האלט אז איינער מיינט אז איך בין נישט קיין קרית יואל'ע?, ניין!, דירעקט נישט!, איך שרייב דאס כסדר אז קרית יואל'ע אידן (איך מיין דוקא די אהרונים) וועלן סייווי נישט קענען אויפכאפן אויף זייער ראַדאַר א איד פון ערגעץ אנדערש. חוץ אויב ער האט א אהרונישע רעפארט. זיי דוכט זיך אז די אלע אידן וועלכע ווערן אראפגעבענגט אין אלע וועלטליכע אידישע צייטונגען זענען די קליינע טעלערלעך וועלכע פליען אראפ פון די הויכע ספערן.
ממילא מיין איך נישט, איך ווייס!. נקודה.
און דאס וואס די שרייבסט אז איך זאל ענק נישט פרעגן, איך זאל רעדן צו זיי. דערמאנט מיך פון די נער זאל ארויסגיין פון מקוה. איך האב דיר דען געפרעגט?, צו ווילסטו מיר זאגן אז די אהרונישע שיטה ציט זיך אזוי ווייט אז אפילו זאלונים עקזיסטירן נישט אויף זייער מענטשן-ליסטע?, איך פארשטיי דיך נישט!, וואס האסטו געשפירט ווען די האסט געשריבן די תגובה?, האסט טאקע געהאלטן אז צווישן די זאלונים געפינען זיך נישט אזויפיל שקצים ווי די אהרונים וועלכע עסן די אינטרנט טינופות טאג און נאכט?, (אויב האסטו אזוי געהאלטן ).
איך ווענד זיך דא צו די געציילטע זאלונים וועלכע דרייען זיך ליידער יא אויפן אינטרנט, ביטע זאגט מיר וואס איז דארט פארגעגאנגען.
ווער האט געריסן?, און וואס האט מען געריסן?.
===========
העיליגע שבת
עלהניסים, מיט דיין ענטפער דערמאנסטו מיר דעם ווערטל וואס מען זאגט "שווייג וועט מען נישט זען וואספארא טיפש דו ביסט".
און אגב האסט שוין דיסיידעט וואס דו ווילסט? בארא פארק, קרית יואל, מדינת ישראל, וויליאמסבורג, אנדערע קרייז, די קרייז, נישט סאטמאר, יא סאטמאר, נישט שטריימל, יא קראך היט, נישט חסיד, יא חסיד.
און וועגן די זאלונים (אגב, קלינגט נישט די אויסדרוק "זאלונים" אביסל קרית יואל'יש? יו בעט ס'קלינגט...). זיי זענען אזא מיעוט שבמיעוט אז זייערע היידפארק שרייבערס זענען נאך א קלענערע מיעוט שבמיעוט און וועגן דעם קענסטו נישט שטעלן די פראגע אין די לופטן אריין. מוזט זיי אויפזוכן מיט א טעלעסקאפ און פרעגן פאר זיי די שאלה פערזענליך. בעסער געזאגט, דו ביסט דאך אליינס א זאלי, סא רעד אריין אין א טעיפרעקארדער און הער עס איבער.
על הניסים, עס איז אלעמאל ביי דיר פרייטיג?
מעגסט שוין אמאל גריסן: א גוטע וואך!
משה בער, א גוטן פורים וואלט געווען בעסער.
שד, לויט ווי איך דענק איז די כלי
טעלעסקאפ וואס די דערמאנסט א זאך וואס מען קען ארויף קוקען צו די הויכע ספערן, בקיצור שרייבסטו אז מען זאל זיכען די זאלונים אויף די הויכע ספערן. והוא אשר דיברתי....... איך מיין אז אין די וויקופדיה וועט מען באשרייבן א באזונדערע באשרייבונג איבער די נפלאות הבורא פון די "אהרונישע פלאנעט" בריאה. זיי לעבן ווי די טאליבאנע שבטים ניטאמאהל חלומענדיג אז די וועלט לעבט און לאכט... ווען זיי זעהן א נארמאלע מענטש "מוז" זיין אז ער איז אהרוני... אז נישט באלאנגט ער פשוט נישט דא צווישן די לעבעדיגע...
נו, בקיצור. ווער ווייסט דעם תירוץ? וואס האט מען געריסן?. און פארוואס?.
אויב וועל איך נישט באקומען קיין געהעריגע תירוץ, וועל איך מוזן קומען צו נאך א פאזיטיווע מסקנה איבער די זאלונים.
...קיינער פון זיי דרייט זיך נישט אויפן אינטערוועלט (פלאנעט)
.....
==========
העיליגע שבתאקעי דו ווילסט הערן
נאדיר די נייעס
עס איז דא 2 נערווען קראנקע משוגעים, וואס דרייען זיך ארום אין די ווייסע שוהל, איינער הייסט ע. הכהן. ה. און דער צווייטער הייסט י.י.ק.
צוזאמען מיט די נערווען קרענק, האבן זיי נאך א קרענק וואס הייסט, זאלי קרענק, און ביינעזאם, קלאפט דאס אויס זייער שלעכט, ובכן, רייסן די צעטלעך אין איינע פון די רעזולטאטן, איז ממילא, איך בין ב"ה געזונט פון ביידע קרענק, דו האסט איינס דערפון זיכער, און די צווייטע, איז אויך מעגליך אז דו האסט איז אזוי
אויב האסטו די צווייטע אויך, פארשטייסטו זיכער פארוואס זיי טוען וואס זיי טוען, איך מיין זייער גאנצן הלוך ילך
און אויב האסטו נישט די צווייטע, קענסטו דאס דיר זייער גרינג איינשאפן, ווייל נאנט דערצו האלטסטו זיכער, לויט דיין סטייל שרייבן, ממילא שאף דיר דאס איין, און אלעס וועט דיר פאר'ענטפערט ווערן
מיר אבער, ווילן נישט זיך אריין לייגן אין קיין איינס פון די צוויי קרענק
עלהניסים.
די זאליס דרייען זיך אויפ'ן אינטערנעט, נאר זיי קלעימען אז זיי זענען בארא פארקע, קרית יואלע, איזרעליס, וויליאמסבורגע, אנדערע קרייז, די קרייז, נישט סאטמאר, יא סאטמאר, נישט שטריימל, יא קראך היט, נישט חסיד, יא חסיד, פארפאסער פון היסטאריע ביכער, אנפירער פון וויקופדיה וכו' וכו' וכו'.
און בנוגע טעלעסקאפ, וואס דו געדענקסט (אגב, האסטו זייער א שוואכן זכרון. דו געדענקסט קיינמאל נישט וואס דו האסט געשריבן א טאג פריער) און וואס ס'איז פאקט זענען צוויי אנדערע זאכן.
די דיקשאנערי טייטשט טעלעסקאפ אזוי:
Optical device for making distant objects apear nearer and larger
איך דארף דיר עס נישט איבערטייטשן אין אידיש ווייל דו פארשטייסט פונקטליך וואס דא שטייט. סאו פארדריי נישט קיין קאפ מיט קיין הויכע ספערן.
באמת קען מען זאגן אלו ואלו דברי א...
די זאליס לעבן אין אן אנדערן פלאנעט, אויב נאכ'ן אזויפיל פארדרייען א קאפ רעדן זיי זיך נאך אלס איין אז מען כאפט נישט אז זיי זענען נארישע קרית יואלע זאליס.
זשוליאני
אין פינטל אריין.
עטס ווילטס וויסן וואסערע פרישע משוגעת עס איז אריין אין זיין בהמי'שן קאפ? ער ווייסט אז זיינע קאלעגע זאליס זענען אין ארץ ישראל די וואך, צוזאמען מיט זייער גייסטליכן, לייגט ער ארויף די שאלה אויפ'ן אינטערנעט, כאטשיג ס'איז שוין אלטע נייעס, און ווען קיין איין זאלי ענטפערט אים נישט שרייבט ער אז די זאליס זענען נישט אויפ'ן נעט, ווייל זיי זענען פרומער ווי די אהרונים. הא הא הא.
ווער זענען זיינע קאלעגעס ???
משה וואלף קליין ? בנימין הערש בערקאוויטש ? שמואל ישעי' (...) פריעדמאן ?
קיין אנדערע געסט האב איך נישט געקענט אידענטיפיצירן פון די בילדער..
מעגסט דיר אויסשווענקען דאס מויל בעפאר דו רעדסט אויף אזעלכע ערליכע אידן ווי ר' בנימין הערש !
טוב לכל, פאר אינפארמעישאן אויף ר' בנימין הערש, קאנסטו פרעגן זיין איידעם ר' יושע יודא גלאנץ...............
וועסט דארפן שאפן א קוואל וואסער צו שווענקן....