אין די היינטיגע וועלט שפראצט ארויס יעדן טאג נייע מחנכים ראשי ישיבות וכדו' איינער קען יא אין א צווייטער קען נישט אבער כולו עלמא מודי אז זיי האלטן אז זיי קענען יא,
מיין שאלה איז ווי סאך פין די פיינע מחנכים און ישיבות איז דא?
לאמיר זיך קאנצטערירן אויף די שטאט מאנסי,
וואס האלסטו איז א גיטע ישיבה?
די שאלה איז וואס דו זוכסט.
"גוט" האט א סאך פשטים.
איך זיך די עיקר פאר בחורים וואס זענען נישט קיינע מצויינים
נעם א דוגמא אזוי ווי מיר:)
הגאון רבי שרגא דוד אסאווסקי'ס ישיבה איז עקסעלענט
ווי אזוי הייסט די ישיבה?
וועלכע מין ישיבה איז עס?
איז דא א נאמבער פין די הנהלת הישיבה?
"נישט קיין מצויינים" האט אויך א גרויסן אויסוואל.
אויב דו זוכסט פאר דיר, לייג פונקטליך אראפ ווער דו ביסט, ע'מיר קענען עפעס מאכן...
רוב ספעציעלע ישיבות קטנות זענען אין מאנסי.
פראביר אפשר א גוטע ישיבה "ישרש יעקב" זייער א פיינע ישיבה געווען, היינט ווייס איך נישט.
נו, האב איך זיך איבערגטראכט דורך די נאכט ווי איך קען לייגן די בחור פין ווען איך נעם קער,
אקיצור א מעשה האב איך גענומען א ליסט פין ישיבות אין מאנסי פין א באקאנטע מיינע, אין זאלן ענק מחליט זיין וועלכע ישיבה איז א פיינע (איך זיך נישט די בעסטע)
ואלו הן:
ישיבת זיו התורה בהנהלת הרב יששכר געלבמאן שליט"א
ישיבת אוהל יוסף בהנהלת הרב יצחק ווייס שליט"א
ישיבת תורת חיים בהנהלת הרב שלום רוקח שליט"א
ישיבת אור תורה שאץ בהנהלת הרב יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א
ישיבת שער אפרים בהנהלת הרב שליט"א
ישיבת אור המאיר בהנהלת הרב שרגא דוד אסאבסקי שליט"א
ישיבת זכרון ישעי בהנהלת הרב בערגער שליט"א
ישיבת אבני שלמה בהנהלת הרב נתן יוסף מייזעלס שליט"א
ישיבת נועם מגדים בהנהלת הרב משה אבראהם שליט"א
ישיבת נועם אלימלך בהנהלת הרב שליט"א
ישיבת סאטמאר בהנהלת הרב חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א
ישיבת סאטמאר בהנהלת הרב אהרן טייטלבוים שליט"א
וועלכע וואלט איר געשיקט אייער בחור?
זיו התורה און נועם מגדים דארפן צו זיין פיין
מהפך די לעצטע אין א ישיבה אין מאנסי?????.
ישיבת סאטמאר בהנהלת הרב אהרן טייטלבוים שליט"א
נישטא אזא ישיבה אין מאנסי
נועם אלימלך איז מער פאר מצויינים