היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » הרה"צ המקובל רבי דניאל פריש זצוק"ל

הרה"צ המקובל רבי דניאל פריש זצוק"ל

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1260294

קעכער » 23/1/2005 22:42

בירושלים נפטר בפתע פתאום הרה"צ המקובל רבי דניאל פריש זצוק"ל מחבר ספרי "מתוק מדבש" ועוד.

משהבערבעק » 23/1/2005 22:47

ברוך דיין האמת!

קעכער » 23/1/2005 23:24

הלוויה עכשיו בבית המדרש תולדות אברהם יצחק . ומשם להר הזיתים.

איןהכינמי » 23/1/2005 23:25

קיינער שרייבט
הגה"צ רבי דניאל פריש זצ"ל



רבי דניאל פריש בעמח"ס מתוק מדבש על הזוהר הק'. ועוד הרבה ספרים שזכו לעלות על שולחן מלכים. הלך הערב לעולמו בפתע פתאום.

(האמת, בני ביתו ועד כמה מקורבים ידעו על מחלתו הקשה, אבל בחוץ לא ידעו. הערב כאמור התמוטט והשיב את נשמתו לבוראו זכה וצחורה).

השמים בוכים.
על פטירתו של האי צדיק.

היה איש צדיק אמיתי שלא החזיק טיבותא לנפשיה. מענוותנותו ניתן היה לראות את גדלותו. ביטל עצמו בביטול גמור לצדיקי הדור. זכה שספריו יתקבלו בכל החוגים והעדות. (ממש היום יצא לאור מהדורה חדשה של זוהר הק' עם פירוש מתוק מדבש - מנוקד).

כמו"כ חיבר ספר אוצר הזוהר. ועוד ספרים כמו: ימי הבחרות ובר מצוה ועוד ועוד.

העמיד דור ישרים יבורך, בנים וחתנים יראי ה' ותלמידי חכמים.

קעכער » 23/1/2005 23:51

משעה 12:00 לערך (לפי שעון א"י) בעוד כמה דקות יעובר בטלפון 050-8308888 שידור ישיר של ההספדים בלוויה.

קעכער » 24/1/2005 00:54

הרה"ק המקובל רבי דניאל פריש זצוק"ל בהדלקת הנרות אצל רבו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.
(עכשיו אפשר לשמוע את מהלך הלוויה בטלפון 050-8001818)
(קרדיט ל"קומפוט מבחדרי חדרים על התמונה.)

תוקן על ידי - קעכער - 24/01/2005 1:00:46
[בילד – נישט אפגעהיט]

קומפוט » 24/1/2005 00:55

הרה"צ רבי דניאל זצ"ל
אצל הדלקת נרות חנוכה אצל יבדלחט"א האדמו"ר
מתולדות אברהם יצחק שליט"א
לימינו הרה"ח ר יצחק ווייסמאן שליט"א
ולשמאלו הגאון האדיר רבי מאיר בראנדסדארפער שליט"א



[בילד – נישט אפגעהיט]


הרה"צ רבי דניאל זצ"ל
אצל ההכנסת ספר תורה בתולדות אברהם יצחק
כ"ה תשרי תשס"ה


[בילד – נישט אפגעהיט]

קומפוט » 24/1/2005 02:19

הרה"צ רבי דניאל זצ"ל השלישי משמאל
אצל יבדלחט"א האדמו"ר
מתולדות אברהם יצחק שליט"א

[בילד – נישט אפגעהיט]

כוזרי » 24/1/2005 02:36

איך האב גיהאט א זכיה זיך משתתף צו זיין אין די גרויסע לוויה.

אונטער א ריזיגער גאס פון רעגען זיינען געשטאנען הונדערטע מענטשן און אויס גיהערט די הספדים פון זיינע זוהן, הגאון רבי מאיר בראנדסדארפער, הגאון רבי יעקב הלל - ראש ישיבת המקובלים "אהבת שלום", דער גאב"ד ירושלים און פון דער אדמו"ר פון תולדות אברהם יצחק, אלע האבן מספר געווען בשבחו פון דעם גרויסן נפטר, און ס'איז גיוועזן דערקענט אז ס'רעדט זיך אין א פלוצלונגע קלאפ און א שווערע אבידה.

אלע האבן מסיים געווען מיט די תפילה: זאל מקוים ווערן דער פסוק "ובלע המות לנצח ומחה ה' אלוקים דמעה מעל כל פנים אמן.

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל!

eichler » 24/1/2005 02:38

ווער פון די זון האבן מספיד געווען?

eichler » 24/1/2005 02:41

ער האט איבער געלאזט דורות ישרים ומבורכים
אלט געווען 72

זיינע זון
ר' צבי ארי פון טאהש
ר' אהרן
ר' אברהם
ר' חיים יוסף
ר' משה

די איידעמער

ר' משה יודא שטיינבערגער
ר' משה ברוין
ר' חיים יוסף גוטליב
ר' אליעזר גאבל
ר' מאיר יודא גוטליב

כוזרי » 24/1/2005 02:47

סי דאכט זיך מיר אז ס'זענען געווען ר' חיים יוסל און ר' משה וואס האבן מספיד געווען.

selish » 24/1/2005 04:35

ער האט געמאכט דעם ימי הבחרות--יום החופה--קדושה וצניעות--מתוק מדבש---אוצר הזוהר ועוד

קומפוט » 24/1/2005 05:57

הרה"צ רבי דניאל זצ"ל
בשמחת בית תולדות אברהם יצחק במושב אורה שנת תשנ"ז


[בילד – נישט אפגעהיט]

באראפארקער » 24/1/2005 06:06

נישט אריינגיין אין פאליטיק, נאר וואס איז אייגענטליך די סבה פארוואס ר' דניאל האט אויסגעקליבען צו גיין צו תוא"י און נישט תו"א?

Knacker » 24/1/2005 07:12

BoroParker, you can't ask such a question without getting a political answer.

If you ask the TAY people, they'll say it's becase their rebbe is more chushev and worthy. And if you ask the TA people they'll tell you that he felt an achrayos to go with him (TAY) because his father, the Toldos Aharon rebbe zy"o appointed him to learn with him and watch over him for many years.

The main thing is, that both sides agree that he was a special man. And he had family on both sides


תוקן על ידי - Knacker - 24/01/2005 7:34:25

באראפארקער » 24/1/2005 08:18

איך האב געהערט אז לכתחילה ווען ער האט נישט געוואלט גיין קיין וויזניץ, האט ר' דניאל אים צוגרעדט ער זאל גיין קיין וויזניץ, דער נעקסטער זמן, האט דער פאטער שוין נישט געוואלט ער זאל גיין קיין וויזניץ, האט ר' דניאל אים פראבירט צו רעדען ער זאל נישט צוריק גיין, האט ער נישט געקענט ביי אים פועל'ן.

קומפוט » 24/1/2005 13:54

מימין לשמאל יושבים בשלחן הכבוד

יבדלחט"א הרה"ג רבי מנחם דוידוביץ שליט"א

והשני הרה"צ רבי דניאל זצ"ל

ויבדלחט"א הרה"ג רבי שמואל ברנסדורפר שליט"א

הרה"ג רבי מאיר ברנסורפר שליט"א

הרב קרייסווירטה זצוק"ל

החתן הרה"ג רבי יואל קאהן שליט"א

כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליטא




[בילד – נישט אפגעהיט]

SIM89 » 24/1/2005 17:00

ווער עס פארשטייט אביסל אין קבלה זאל ביטע ענטפערן אויף די קומענדיגע פראגע:
פארוואס איז געווען אזוי ויכטיג דאס גרויסע נייע פירוש אויף דעם זוה"ק פון ר' דניאל זצוק"ל? וואס טויג נישט אונעם גרויסן חיבור "הסולם" פון מוהרי"ל אשלג זצ"ל?
איך האב געהערט אז אסאך וואס פארשטיין אין קבלה זאגן מ'זאל נישט לערנן און דעם "סולם", ווייסט איינער דער סיבה דערצו?
איך האב געהערט אמאל נאכמערער פון איינער וואס איז נאנט צו הרב שטיינמאן שליט"א אז הרב שטיינמאן האט איהם געהייסן ארויס נעמן דער זוהר "הסולם" פון שטוב, (אגב ס'איז אונטרעסאנט, יענער איד האט מיר געזאגט אז הרב שטיינמאן האט איהם געזאגט אז און יעדן אידיש שטוב דארף זיין אזוהר אפילו מפארשטטייט עס נישט, און ער האט איהם געפרעגט צו ער האט זוה"ק, האט ער איהם געזאגט אז ער האט זוהר "הסולם", האט הרב שטיינמאן איהם געהייסן דאס ארויס נעמן פון שטוב און קויפן אפשוטע זוהר אן קיין פירוש, [דעמאלס איז נאכנישט ארויס דער "מתוק מדבש" םון ר' דניאל זצ"ל])

יהופיץ » 24/1/2005 17:45

איך החלוקה של המשפחה לתו"א ותוא"י? האם הרוב הלכו

אחרי הגר"ד? וחוץ מזה אם אינני טועה הגר"ד זיע"א הותקף

בשעת הפילוג ע"י חסידי תו"א ליד ביתו והיה רעש גדול בי"ם

מכך...אז לא קצת מצחיק שגם מוסדות תו"א פרסמו מודעות

בי"ם? או שזה היה לכבוד הבנים שלו בתו"א?

שמחהלע » 24/1/2005 18:40

אכן קצת מצחיק, ועוד יותר ...

וכנראה שזה נגד עין הרע, ושלא יאמרו ...

יהופיץ » 24/1/2005 21:22

מי יכול לספר כאן על ההלויה? מי יכול להביא עובדות

וסיפורים מהרה"ק זיע"א?

פיפציג » 25/1/2005 04:38

תיקון:
יש לו גם חתן בשם ר' אברהם אייזנבך

מאירקע » 30/1/2005 03:55

מאד מעניין היתה לראות בגליון "העדה"
איך שהכתב ש.ח.פ. כתב שהרה"ק רבי דניאל התפלל בבית המדרש תולדות אהרן בו בזמן שבצוואתו כתב
שאת ספריו אם בניו לא יצטרכו שינדבו לעילוי ולטובת נשמתו לבית המדרש תולדות אברהם יצחק מקום שבו מתפלל עד ביאת המשיה
האם הכל מותר למעןהמפלגה?



להוסיף תיקון
יש לו גם חתן בשם שבתי שטיימברגער

פייפער » 30/1/2005 05:42

נאך אזא מין בזיון המת וואס די אנשי המפלגה האבן געמאכט מיטן אוועק כאפן דעם נפטר פון שטוב
וואס האט געזאלט תיכף נאך די טהרה געטובלט ווערן אין די נייע מקוה פון תולדות אברהם יצחק וואס רבי דניאל האט געגעבן א גרוסע סומע צו בויען וואס דארטן האט ער געדאווענט
און די לויה האט געדארפט ארויסגיין 12 אזייגער פון תולדות אברהם יצחק בית מדרש
האבן זיי פארכאפט די מטה קיין תולדות אהרן און אויפגעהאלםן דעם עולם ביז פערטל נאך איינס אונטער א גאס רעגן
אלץ נאר כדי אז דער ראש פון די מפלגה זאל קענען האלטן אן הספד
און עס איז נאר געבליבן צו זאגן די תפילה פון ר' חיים פאלאג'י אקעגן חיטוטי שכבי
איז שוין נישטקיין חידוש וואס זיי שרייבן
המטרה מקדשת את האמצעים און די מפלגה איז עלול אויף אלעם

פיפציג » 30/1/2005 06:34

פייפער

טו מיר א טויבע זיינע אלע קינדער אין איידימער (חיץ חיים יוסף)

זענען אין תולדות אהרן איז האק מיר נישט אין קאפ אז זיי האבן צי גי כאפט די מיטה

הויב די האסט טענות גיי צו זיינע קינדער

selish » 30/1/2005 06:43

פייפער מיט פיפציג
וואס קריגט איר זיך ארום


סאיז גלוי לכל וואס ר' דניאל האט געהאלטן און וואס ער האט געוואלט און ווי ער האט געוואלט זיין לויה זאל פארקומען


יא גערעכט וואס דו זאגסט מען האט טאקע ר חיים יוסף'ן דעם גהינום געמאכט אין די שבעה טעג דורך די געשוויסטער


סאיז דא פארשידענע בריוון וואס ר' דניאל האט געשריבן ווי ער איז זיך מתמרמר אויף זיינע איידעמער וואס טרינקען איהם די בלוט

תוקן על ידי - SELISH - 30/01/2005 6:46:15

קעכער » 30/1/2005 07:27

הדברים המדוייקים הם.

הכתב של העדה ש.ח. פופנהיים הוא חסיד תולדות אהרן ולכן כתב את הנ"ל. אינני יודע איך העורך של העדה שהוא חסיד תולדות אברהם יצחק לא ראה את זה ולא תיקן.

הרה"ק רבי דניאל זיע"א הלך מדי יום למקווה של תולדות אהרן ולא של תולדות אברהם יצחק . וזאת משום שבתולדות אברהם יצחק התקינו מקלחות במקווה ומרן הדברי אמונה זיע"א היה נגד זאת באומרו במקווה צריך להיכנס ולצאת (וכשיש מקלחות אז עומדים ומדברים וכו').

קומפוט » 30/1/2005 14:39

וואס רבי דניאל זצוק"ל לברכה האט געוואלט און געהאלטן און געטוהון קען מען זעהן פון דעם בריוו
[בילד – נישט אפגעהיט]

שמחהלע » 30/1/2005 16:25

איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר

ס'איז א דבר מפורסם אז ר' דניאל פריש זצ"ל איז גוועהן א חסיד פון ר' שמואל יעקב, און א גהעריגער מעמבער אין תולדות אברהם יצחק מיום הוסדה. ער האט קיין איין וואך נישט פארפעלט א טיש פרייטיג צונאכטס, מיט אלע זיינע שוואכע כוחות איז ער גקומען צו גיין, אין די זעלבע זאך אויך אלא תפילות, סיי ידען טאג און סיי שבת,

איך האב אלטס בחור גגעסען ביי אים א פאר מאל שבת, אלע מאל האט ער גרעדט פון דעם תולדות אברהם יצחק רבי'ן מיט גרויס הכנעה אין הערצה, ער האט אונז פארציילט אז זיין טאטע דער תולדות אהרן רבי זצ"ל האט אים גזאגט אז ר' שמואל יעקב האט זייער א הויכע נשמה

ר' דניאל האט אונז בחורים צו גרעדט אז מיר זאלען גיין אויף תולדות אברהם יצחק צו די טישען, און אז מיר וועלען האבען א עליה דורך דעם.

ריכטיג אין מקוה איז ער געגאנגן און תולדות אהרן ווייל ס'איז א שפאן פון זיין שטוב. ער האט מיר אליינס גזאגט אז פארטאגס איז עם זייער שווער זיך צו שלעפען ביז תוא"י, וועגען דעם גייט ער דארט, און ער האט מיר צוגלייגט מיט א שמייכל "נאך אלע זאכען איז עס דאך מיין מקוה, וואס איך האב גגעבען א סך געלט דערויף, טאר איך עס נישט ניצען ?

אלזא דער גאנצער ויכוח איז דא איבעריג אין נאריש, ס'איז זיכער אז ר' דניאל איז גוועהן 100% תולדות אברהם יצחק חסיד, ער מיט ר' מאיר בראנדסדארפער האבען אים מכתיר גוועהן

מילתא דעבידא לאגלויא לא משקרא אינשי (קוקט אויס אז ס'איז דא וואס זענען נישט אין כלל פון אינשי...)

מאירקע » 30/1/2005 17:51

קיבלתי באישי ואגיב כדלהלן

ללא נושא
נושא מחבר

נשלח ב - 4:19 30/1/2005
--------------------------------------------------------------------------------
מאירקע זיסער.

למען המפלגה ולהאדיר הפראפאגאנדע מותר הכל ומצוה מן המובחר.

וחוץ מזה, שתדע לך, שר' דניאל ז"ל התפלל כל יום בתו"א, ר' בטעות נכנס לתוא"י. וכידוע שטעות לעולם חוזר!





בדיוק כפי שכתבת
למען המפלגה ולהאדיר הפראפאגאנדע מותר הכל ומצוה מן המובחר!

עובדה שר' דניאל הכתיר את האדמו"ר מתוא"י שליט"א במעמד אלפים ומאות (אולי בטעות, לדעתך, ולדעת כל המפיה שלך שקראו לו אז "דני פרוש"), ולא את אחיו הגדול החכם הצדיק המקובל הנחמד והנואם בחסד עליון רד"ק ממונסי, אבל זה העובדה.


עובדה שר' דניאל מסר את צוואתו בשנת תשס"ב אצל כ"ק אדמו"ר מתוא"י שליט"א, ולא אצל ר' דוד (ידידו הנאמן כלשון הרד"ק בהספדו)

עובדה שעד יומו האחרון לא התפלל ר' דניאל אפילו פעם אחת! בביהמ"ד (הגנוב) תולדות אהרן, או עם מנין של דוד קאהן, לולא אם הי' לו שם שמחה משפחתית, גם לא באש התורה במזרח ירושלים, רק בשטיבלאך ובמנחה מעריב בזמן אחרון בגלל מחלתו, ותו"א ממוקם למרגלות ביתו, כך שבס"ה חוץ ממתי שהי' נח לו בשביל יסוריו ומחלתו הוא הלך דרך ארוכה עד לתוא"י להתפלל שם, ואם זה לפי דעתך טעות מצידו זכותך לחשוב אחרת, אבל לפחות ר'
דניאל הוא זה שהחליט ככה ולא המפיה של תולדות גבריאל שישא.


עובדה היא שבצוואתו הוא כותב שאם בניו לא רוצים את ספריו שינדבו אותם לביהמ"ד תולדות אברהם יצחק, שם אני מתפלל בס"ד עד ביאת המשיח, אומר שר' דניאל עצמו החזיק עצמו כחסיד ומתפלל בתוא"י עד יומו האחרון,

מה שהשחרית האחרון התפלל במנינו של כ"ק אדמו"ר מתוא"י שליט"א, וגם שוחח אתו באריכות אחרי התפילה, במעמד עשרות, (ולא הידידות שלו המדומה עם דוד, באיזשהוא בוידם או מרתף, שרצית שהי' קיים)

ועובדה אחרונה היא שר' דניאל הגיע לשב"ק בא לבית שמש להסתופף בצל כ"ק אדמו"ר מתוא"י שליט"א, דבר שלא עשה מעולם לדוד קאהן, וגם הטיש שהי' אצלו במגדל, הי' במסגרת נופשו בעיר בגלל המרחצאות (וגם לזה הובל ע"י משפחתו הלאומניים מתו"א)שהי' כורח המציאות בגלל מצבו הקשה, כאשר לפני כן לא יצא מביתו זמן רב.
ולא נכנס בכלל לכל השמועסן והשיחות המוקלטים שנמצאים מר' דניאל עד התקשרותו והתבטלותו לרבו ותלמידו, כ"ק אדמו"ר מתוא"י שליט"א, ואין וגם לא תמצא שום דבר מוקלט ומתועד שהוא מדבר ברבים או כותב

ממעלותיו או גדלותו של "ידיד נפשו" ר' דוד קאהן ממונסי, וגם לא על חבורת הגנבים שלו, קופת חולים המאוחדת דמקריא "תולדות אהרן".
ואם זה עדיין לא מספיק, אז אין לי עם מי לדבר, ואתה תלך ותשכנע את ה"קעלבלאך" שלכם עם "עובדות"
המיוצרים שלך, ואני את נפשי הצלתי.

אייןסאטמאר » 30/1/2005 21:41

דער איד האט געשריבן די זעלבע בעלאני אז ער האט געדאווענט אין תו"א.

היינו טעמא וכו'

באראפארקער » 30/1/2005 23:01

היות איינער האט געוואלט וויסען וואס איז די חילוק צווישען דער סולם מיטען מתוק, וועל איך אביסעל דאס פראבירען מסביר זיין.

דער סולם האט געמאכט הרב אשלג, ער האט מחדש געווען אייגינע יסודות אין קבלה, און לויט די יסודות האט ער מסביר געווען זוהר און כתבי אר"י. זיין מהלך איז גאר שיין פאר דער וואס לערענט דאס, און איז אויף געכאפט ביי פארשידענע לערנערס, וואס לערנען קבלה. די פראבלעם איז, אז אין קבלה ווען איינער מאכט פרישער יסודות מוז ער זיין גאר גרויס, ווי צ.ב.ש. דאס הערען פין אלי' וכו', און היות רב אשלג האט די יסודות געזאגט אליין, ער האט נישט געזאגט אז ער האט עס געהערט פין אלי', האבען די רוב לערנערס פין קבלה דאס נישט מקבל געווען, און זענען זיך אפילו מונע פין לערנען זיינע ספרים.

דער מתוק מדבש, איז א גוט ספר פאר איינער וואס לערנט נישט זוהר בעיון, עס איז זייער א שטחיות'דיגער פירוש.

מאירקע » 30/1/2005 23:44

היינט נאכט קומט פאר א גרויסן הספד אין בארא פארק

עס וועלן אויפטרעטן גדולי בעלי המקובלים בדורינו

הרב שיק

גאלאנטא רב

בורשטינער רב

ניקלישבורגער רב

באראפארקער » 31/1/2005 01:33

ווי?

Knacker » 31/1/2005 15:08

I know most people here aren't really interested in true facts, they're only interested in building more and more machloikes, and even mished together the finished machloikes of TA-TAY together with the ever-expanding machloikes of satmer, rachmune litzlon.

Mikol Mukoim, for those who do care, it should be known that the Toldos Aharon rebbe shlit"a and his brother the TAY rebbe were both taught kabbuleh by Reb Daniel zy"o (lehavdil bein chaim lechaim), and The Toldos Aharon rebbe had regular shiurim bechavriseh with him for the last few years, since he was taken up as rebbe and moved to eretz yisruel.

באראפארקער » 31/1/2005 18:08

קנאקער
אנטשולדיגט, אבער מאך אונז נישט פאר די בעלי מחלוקת, די בעלי מחלוקת זענט עטץ, די וואס קריגען זיך, צו איז עס סאטמאר א וב', אדער תו"א וא"י, נישט קיין נפק"מ.

צו זאגען אז די בעלי מחלוקת זענען די וואס ווייסען און רעדען פין דעם איז סתם אבי גערעדט.

לבטיג » 1/2/2005 00:49

קנאקער

ס'איז זייער אינטרעסאנט ס'איזנעכטן געווען א ריזיגן בכבודי'גן הספד אין בית מדרש וותיקין אין בארא פארק

און אלע וואס האבן געהאט א שייכות צו ר דניאל זצוק"ל
האבן גערעדט און אזוי אלע וואס קענען בתורת הח"ן

נאר דיין רבי דער רד"ק פון תו"א און ווי דו רופסט איהם
DEEP THINKER
וואס געפינט זיך יעצט דא אין ברוקלין און איז נעכטן נאכט געווען אין בארא פארק האט נישט גערעדט

און כלשונך
and The Toldos Aharon rebbe had regular shiurim bechavriseh with him for the last few years,

ביזט דאך מופרך מעיקרא

"

Knacker » 1/2/2005 02:41

לבטיג

I'm not sure what your point is, other than to make choizek of the Toldos Aharon rebbe of course.

He was maspid him in EY as far as I know (I might be wrong) in which case there would be no need to be maspid him again here.

And how did I freig myself up, I don't get it

יענטא » 16/3/2005 04:35

מיטן ירושלימער רב הגאון רבי טובי ווייס שליט"א
און כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א
ביי סיום מסכת יבמות במסגרת "דף הקהלה"
[בילד – נישט אפגעהיט]