היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ק"י סקול דיסטריקט באקומט מער סטעיט געלט

ק"י סקול דיסטריקט באקומט מער סטעיט געלט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1258340

באראש » 21/1/2005 23:02

רוב סקול דיסטריקטס אין ניו יארק וועלן באקומען ווייניגער סטעיט געלט היי יאר, אבער די קרית יואל סקול דיסטריקט איז פון די איינציגסטע וואס וועלן גאר באקומען מער.

דאס איז די רעזאלטאט פון די שטארקע לידערשיפ וואס קרית יואל האט.

Kiryas Joel
2004-2005: $2,580,657
2005-2006: $2,707,133
change: $126,476 (4.9)


http://www.recordonline.com/archive/2005/01/19/schools0.htm

זשוליאני08 » 23/1/2005 06:41

אין פארום חדשות אנש, האט עקשטיין, וואס איז א יליד קרית יואל, ארויפגעלייגט די נייעס, אבער אנשטאט שרייבן אז קרית יואל האט צובאקומען געלט, האט ער געשריבן אז קרית יואל האט פארלוירן געלט.

דער שוטה האט געליינט די נייעס און געזען אז ביי רוב סקול דיסטריקטס שטייט וויפיל זיי האבן באקומען פאראיאר, און וויפיל זיי גייען באקומען היי יאר, און וויפיל דער חילוק איז. רעכענען קען ער דאך נישט, האט ער געמיינט אז אויך ביי קרית יואל סקול דיסטריקט ווען ס'שטייט וויפיל דער חילוק איז מיינט עס וויפיל קרית יואל האט פארלוירן.

דער עולם האט אים אבער דארט גוט אריינגעגעבן. ס'לוינט זיך צו ליינען. איר וועט הנאה האבן

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1258310

קריתיואלער » 1/4/2005 22:29

צום סוף איז געלונגען פאר קרית יואל סקול דיסטריקט צו באקומען אפילו נאכמער געלט:

2,754,099 דאלאר

ליינטס אין היינטיגן רעקארד
http://www.recordonline.com/archive/2005/04/01/stateai1.htm

געשמאק » 1/4/2005 23:48

קריתיואלער

די האסט א טעות

די "שטארקע לידערשיפ" אין קרית יואל איז נישט אז מען באקומט הילף ,די חידוש איז אז מען העכערט נישט קיין סקול טעקס ,אזויווי אלע אנדערע גויאישע דיסטריקטס.

ווייל למעשה איז נישט אזוי גרינג פאר א סקול דיקטריקט צו באקומען סטעיט געלטער ,אויב מען העכערט נישט קיין טעקסעס,ווייל די סטעיט האט א טענה ,אז ס'מאנגלט געלט זאל מען צום ערשט בעטן פון די אייגענע שטייער צאלער,און נאכדעם וועט מען געבן פון אלע "סטעיט שטייער צאלער" .