היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » פרייליכע נייעס ! דזשעי. נעט אין קר"י

פרייליכע נייעס ! דזשעי. נעט אין קר"י

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1257596

זאליweaky » 21/1/2005 09:56

מיט גרויס פרייד האבן תושבי קר"י אויפגענומען די גוטע בשורה, אז ווי עס קוקט אויס האט זיך "פראנטיער" געבראכן און זיי גייען אריינלאזן The J-NET אין קרית יואל.

ווי מען געט איבער האט זיך "פראנטיער" געבראכן נאך גרויס דרוק פון די ווילעדזש פון קר"י.
דער ווילעדזש האט גע'טענה'ט אז אסאך ביזנעסער ווילן נישט קומען אויף קר"י ווייל עס איז נישטא קיין דזשעי. נעט, און זיי האבן געווארנט אז אויב "פראנטיער" וועט נישט נאכגעבן, וועלן זיי בויען א אייגענע "טאוער" אין קר"י !
וויסנדיג אז מען האט נישט צו טון מיט קיין חדר אינגלעך, נאר מיט אנטשלאסענע מענטשן וועלכע האבן שוין געברענגט די קאונטי אויף די פיס, הן מיטן סוער פלענט, הן מיטן פייפליין, האט די סטראשע געהאט די ריכטיגע ווירקונג. און מען האפט בע"ה אז יעצט און ווייטער וועט אלעס גיין כשורה.

כה לחי !!!

אומדירעקט » 21/1/2005 18:22

J-NET לאזט דורך הייד-פארק??...

זאליweaky » 21/1/2005 18:53

יא.
נאר אויף געוויסע פלעצער קען מען נישט זעהן קיין בילדער אדער געסקענטע דאקומענטן, וכדו'.

KJAlliance » 23/1/2005 21:40

וואס האלט איר גייט מיידלעך שטערן טאן

פון איין זייט, דארף דער 'הייליגער' מיידלעך, באזונגען דעם געוואלדיגן אויפטוה, אז ב"ה, דורך די אקטיווע הילף פון קרית יואל ווילידזש האט זיך 'פראנטיער' געבראכן און גייען אריינלאזן, 'דזשעי נעט' זאל קענען סערווירן דער ציבור, וואס מוז אנקומען צו די אינטערנעט פאר ביזנעס, [אדער צו קענען שרייבן דא אויף הייד פארק]

פון איין זייט, איז ב"ה געווארן אזא געוואלדיגע דורכברוך, און נאך דערצו ווען דער עיקר עסקן, איז נישט קיין צווייטער ווי מיידלעך'ס איידעם העסקן החשוב, א תלמיד חכם מופלג, ר' שבתי אבערלענדער שליט"א, וואס ער איז דער גאנצע בריח התיכון, פון דער גאנצער פראיעקט, קען דאך אוודאי מיידלעך זיך צופייערן, און ארויסברענגן אז ער איז דא א גרויסער מחותן, און נאך דערצו, אז ער קען נאך אריינגיין אין 'פונקטליכער דעטאלן' וואס מען קען אלץ טאן אויף די אינטערנעט, כידוע פאר ווער עס הערט זיינע דרשות אדער ליינט זיינע ארטיקלען

אבער פון דער צווייטער זייט, קומט זיך דאך אויך קרעדיט פאר די ווילידזש, וואס זיי האבן געהאט די זכי' צו דעם אין המצוה נקראת אלא על שם גומרה, און נאך מער, ווייל זיין איידעם ר' שבתי שליט"א איז דאך א זוהן, פון דעם באוואוסטן נגיד וואס עס איז דא ביי אים תורה וגדולה, דער צווייטער וויצע פרעזידענט פון קהל יטב לב ר' שמואל אבערלענדער, נו, זאל מען די ווילידזש אויך געבן קרעדיט, קומט נישט אין באטראכט, זאל מען דערמאנען אז זיין איידעם ר' שבתי הייסט אויף די לעצטע נאמען 'אבערלענדער' קען מען דאך אויך נישט, ווייל מענטשן וועלן אנהייבן טראכטן, אז ער איז עפעס א קרוב מיט ר' שמואל,


נו, וועלן מיר ווארטן און זעהן די נעקסטע עטליכע וואכן, וואס דער ריינער איידעלער מיידלעך שטערן וועט אויפקומען

ער וועט אונז נאך מן הסתם 'סורפרייזן'

[חשובער מנהל, אויב האלטסטו אז עס באלאנגט נישט אין דעם אשכול, זאג מיר, וועל איך עפענען אן אנדער אשכול דערפאר]

מבקש_האמת » 28/1/2005 21:40

עס איז שוין דא א דעיט ווען מ'גייט קענען האבן דזשעי. נעט. אין קר"י ???

ס'וועט זיכער אסאך אויסמאכן פאר ביזנעסער, ביזנעס לייט וכדו'.

טוב_לכל » 30/1/2005 05:37

איך ווייס נישט וואס דו האקסט אין קאפ אריין.

ווער עס איז באקאנט אין קרית יואל, ווייסט אז די עסקנים לשם שמים וועלכע ארבעטן שוין יארן אויף דעם וויכטיגן פראיעקט זענען אלע פון די "אנדערע... זייט".

יעצט צו שולחן עורך זענען זיי דא, און זיי ווילן נאך שניידן די פירות און זיך קלאפן אין רוקן מיט א גוטן געפיל.

אונטער א ווילעדזש וואס ווערט געפירט דורך אידן וואס מיינען באמת אויפצוטוהן פאר אידישקייט, נישט סתם זיך ארומצודרייען מיט געהויבענע קעפ און אויפרייסערישע קארס, וואלט קרית יואל געווען די "ערשטע" שטאט צו האבן דזשעי. נעט., נישט די לעצטע !!!

תוקן על ידי - טוב_לכל - 30/01/2005 5:40:57

גאסט » 30/1/2005 06:12

טוב

די רעדסט וואס די מיינסט אדער די ווייסט וואס די רעדסט?

מיר דאכט זיך די ערשטע.

איך ווייס אביסעלע צופיל פון די פרשה.

זשוליאני08 » 30/1/2005 22:40

טוב, דו רעדסט דאך ווי א שרעקליכער שוטה.

נאמבער 1, יעדער אין קרית יואל ווייסט אז שבתי אבערלענדער איז געווען דער וואס איז אויפגעקומען מיט דעם פלאן פון JNET. ער האט געדארפט עפענען עפעס א ביזנעס וואס האט געדארפט האבן אינטערנעט, האט ער עס נישט געוואלט טאן ביז ווי לאנג JNET קומט נישט אריין אין שטעטל. מען איז ארומגעגאנגען אין גארפילד ראוד בית המדרש צוזאמענעמען חתימות פאר א פעטישאן צו פראנטיער, נאך פאר איינער פון די "אנדערע זייט" האט אפילו געוואוסט פון אזא זאך ווי JNET.

נאמבער 2, ווער האט ארלעדיגט JNET אין וויליאמסבורג און בארא פארק? UJO אדער METCOUNCIL, אדער JNET אליינס? די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי האבן געקענט מאכן JNET אין די סיטי איז ווייל ווערייזאן האט נישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט.

נאמבער 3, איז דאס די דזשאב פון א ווילידזש, צוצושטעלן כשר'ע אינטערנעט? ביסטו אויפ'ן קאפ געפאלן? דו פארגעסט אפשר וויאזוי יאסל וואלדמאן האט גע'מסר'ט די ווילידזש ווען זיי האבן געמאכט א פארקינג לאט און נישט געוואלט אויסרייסן א פירות בוים? פונדעסטוועגן האט גדלי' סעגעדין זיך אריינגעלייגט אין טראבל און געגאנגען פארלאנגען כשר'ע אינטערנעט. גדלי' האט געמוזט געבן א גאנצע ליגעל עקספלענעישאן מיט דעם ווילידזש לאיער, פארוואס ער פייט פאר כשר'ע אינטערנעט, ווייל אויב נישט וועלן נישט ביזנעסעס וועלן קומען קיין קרית יואל.

נאמבער 4, ווער זיצט מיט פראנטיער, יעדע צווייטע וואך און האקט זיי אין טשייניק אז זיי מוזן אריינלאזן JNET אויב נישט גדלי' סעגעדין? ווער האט געסטראשעט פראנטיער אז מען גייט מאכן אן אייגענע טאוער אויב נישט גדלי' סעגעדין?

יא, איין זאך קען די "אנדערע זייט", און דאס איז טון אייגענע ווילדע אקציעס וואס זענען נישט ליגעל, ווי למשל ארומשיקן די טאונ'ס טעקס סטעיטמענט מיט זייער אייגענע ענוועלאופס, וואס דאס האט געמאכט א געפערליכע לעגאלע שטינק. זאג מיר איין זאך וואס זיי האבן אויפגעטאן זאכליך חוץ מאכן טראבל.

שפתי_צדק » 30/1/2005 22:54

סשוליאני.
איינס אבער א גוטס,
די חברה האבן דאך נישט קיין אהנונג וואס זיי רעדן
זיי קענען נאר פראטעסטירן
קיפ איט אפ!