דער חב"ד פארשטייער פון וואשינגטאן די. סי., הרב לוי שםטוב האט געגעבן א דרשה ביי איינס פון די אפישעל פארטיס וואס זענען פארגעקומען אין וואשינגטאן לכבוד פרעזידענט בוש'ס איינשווערונג. ס'איז געווען א שטאלץ פאר'ן חסידישן אידנטום און א קידוש השם.
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא קען מען ליינען נאך דערוועגן און זען נאך בילדער:
http://www.col.org.il/show_news.asp?9553אויף די פיקטשערס זעט מען הרב שם טוב מיט קאנדי רייס און מיט סקאט מעקלעלען
דאס איז אלעס אויגן פארבלענדעניש.
אין דעם בוש קאבינעט איז נישטא קיין איד פאר קיין רפואה.
די איינציגסטע פלאץ וואו אידן האבן א ווארט איז ביים זיך שלגן מיט די אראבער.
איז מעגליך אז דאס האט אויך טיפערע כוונות...?
(נישט פארגעסן: בוש איז א הייסער עוואנגעליסט, מיט דעם גלויבן אז די אידן און אראבער דארפן זיך קעפען צווישן זיך בדי צו ברענגען זייער....)
וועקי זאלי
ליין די בלאט די וואך, ווי ער רעכנט אויס "צוויי"
אבער בעיקר, די ווילסט אזעלעכע שונאי ישראל, ווי הערי קיסינדזשער אדער דר. סטיווען ווייז ימ"ש,
די עיקר איז נישט וויפיל אידן עס איז דא אין די אדמיניסטראציע, דער עיקר איז וואס זיי האלטן פון די אידן, און וויאזוי זייערע פאליסיס אפעקטירן די היימישע אידן דירעקט און אומדירעקט