היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » voice lessons

voice lessons

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1257521

worldwar » 21/1/2005 06:27

ווי איז די בעסטע ביליגסטע פלאץ צו לערנען חזן/זינגער

אומדירעקט » 21/1/2005 18:47

נישט אויף הייד-פארק!

דא לערנט מען זיך "שרייבן"!

worldwar » 21/1/2005 19:22

אבער "אומדירעקט" לערענט מען זיך זינגען

אזלא_גרש » 21/1/2005 23:14

סאיז דא איינער פין יוניאן סיטי וואס האט קלאסען אין מאנסי אין ברוקלין
איך האב פארגעסן ווי זוי ער הייסט

א גוט שבעס אידן

שמעק_טאביק » 23/1/2005 02:27

איך מיין ער הייסט "לייכטער" פון יוניאן סיטי, קלויזענבורג. ער פלעגט אמאל זיין אפטער אדווערטייזט, אבער לעצטנס הערט מען נישט פון אים.

פרעג עטליכע זינגער וועסטו באקומען בעסערע תשובות ווי דא אויף "היידפארק"...

עס זענען פאראן פארשידענע ערליי מלמדים, פאר פשוט'ע זינגערס, אדער מער חזנות'דיג געשטימט, וכדו'.