היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » DOA:קוואל אויף לארקין רד. איז א פאנטאזיע

DOA:קוואל אויף לארקין רד. איז א פאנטאזיע

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1255204

באראש » 19/1/2005 03:19

ווי יעדער ווייסט האבן די אלייענס זיך ארומגעדרייט און געהאקט א קאפ, אז זיי האבן פארגעשלאגען פאר די ווילידזש א וואסער קוואל ביי זייער געוועזענע-צוקאנפטיגע תלמוד תורה בילדינג, כדי צו פארקלענערען די וואסער מאנגל, אבער ווי מען ווערט יעצט געוואר איז די גאנצע וואסער קוואל א פאנטאזיע.

גדלי-ה סעגעדין האט געשיקט א בריוו צי די קאונטי און צי די עגריקאלטשער דעפארטמענט (DOA) אז ער וויל נוצן די וואסער קוואל אויף לארקין ראוד, אבער זיי האבן עם גענטפערט אז לא דובים ולא יער, ס'איז נישטא קיין שום וואסער קוואל דארט, נאר עפעס א קליינע קוואל וואס קען נישט געבן פאר וואסער פאר צופיל מענטשן. די עגריקאלטשער דעפארטמענט האט אנגעווארנט די ווילידזש נישט צו נוצן די קוואל, ווייל אויב מען וועט עס נוצן וועלן אלע ארימיגע קוועלער פון די גויאישע שכנים ווערען אויסגעטריקענט.

נאך א גראבע ליגנט פון די אלייענס וואס זיי פארקויפן פאר זייערע קיען.

תוקן על ידי - באראש - 19/01/2005 3:42:45

באראש » 19/1/2005 04:11

גדלי'ס בריוו ווי ער בעט רשות צי מעגן נוצען די קוואל
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 19/1/2005 04:12

די קאונטי זאגט אז מען קען נישט נוצן די וואסער קוואל ווייל ס'נעמט צו וואסער פון די שכנים
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 19/1/2005 04:23

א בריוו וואס חזקי בראך האט לעצטנס ארימגעשיקט אין קרית יואל, קלאמפישט געשריבען דורך קרית יואל איינוואינער צי עם. אין דע בריוו דמיונט ער איבער די וואסער קוואל וואס ער האט מנדב געווען פאר די ווילידזש און ער זאגט צי צי געבן דאקומענטען אז מען מעג נוצן די וואסער קוואל לעגאל.
[בילד – נישט אפגעהיט]

getme » 19/1/2005 04:58

האסט א טעות עס איז קלאר "נישט" געווען קיין "פאנטאזיע"
זיי האבן אויך געוויסט דערפין

עס איז נישט מער ווי נאך א רינגעלע אין די קייט פין רשעות אין שקרים
כדי זיי זאלן קענענן ווייזן ווי שטארק זיי ווילן לעבן גיט מיטן גוי אין האבן פיינט דעם היימישען ציבור

KJAlliance » 19/1/2005 05:55

ס'איז שפעט

על הניסים וועט אויסרעכענען ווי שפעט איך בין געגאנגן שלאפן

אבער אי"ה מארגן וועל איך מסביר זיין וויאזוי די טעסט גייט צו, און וואסערע איינגערעדטע משוגעים מען האנדעלט דא

זשוליאני08 » 21/1/2005 08:16

א בריוו פון יחזקאל בראך צו מאיר הירש, וואו ער שטאלצירט זיך אז ער האט אוועקגעגעבן וואסער קוואלן פאר די ווילידזש, צו פארקלענערן די מאנגל אין וואסער.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 21/01/2005 8:18:58
[בילד – נישט אפגעהיט]

שדים_טאנץ » 21/1/2005 20:36

באראש, ס'איז די דעפארטמענט אוו העלט (DOH), נישט די אגריקאלטשער דעפארטמענט, אזויפיל וואלסטו געמעגט וויסן.

"זיגי" בראך האט געהאפט צו שיסן צוויי פייגל מיט איין קויל:

ער האט זיך געוואלט ווייזן אז ער איז א שיינער איד, ער אפפערט וואסער פאר קרית יואל און מאיר הירש איז דער חי' רעה.

נאכדעם האט ער געהאפט אז די ווילידזש וועט זיך אנפייפן אויף די גויאישע שכנים און יא נוצן די קוואל, און זיך צוהרג'ענען מיט זיי, אז די אלייענס זאל צוריק קענען אנפאנגען שרייען התגרות באומות.

ער האט אבער יעצט געכאפט א גוטן שאס אין די ציין מיט די בריוו פון די DOH.

תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 21/01/2005 20:45:22

KJAlliance » 23/1/2005 21:24

תפשת מרובה לא תפשת

דאס קען מען זאגן אויף די זאלי'ס בנוגע זייער קוואל אויף לארקין ראוד

מעשה שהי' כך הי'

אבער קודם, א קורצע הקדמה, דער וועג וויאזוי מען באקומט א פערמיט גייט צו אזוי

[אגב, דאכט זיך אז א פוירמיט "וויפיל" וואסער מען קען נעמען, איז א איינמאליגע זאך]

יעצט צוריק, וויאזוי עס ארבעט, מען אפלייט אז מען וויל באקומען א פוירמיט, אויף וויפיל וואסער דער קוואל גיט ארויס א מינוט, דערנאך קומט די רעגירונג אראפ, און מען נעמט אויך א "היידראלעדזשיסט" וואס ער פירט דורך די טעסט,

און דער טעסט גייט צו אזוי, מען צינד אן דער קוואל [דער פאמפ וואס ציעט דערפון] אויף וויפיל מען וויל באקומען דער פערמיט, ווצב"ש, אז מען וויל באקומען א פוירמיט אויף 50 גאלען א מינוט, צינד מען דאס אן אז עס זאל ציען 50 גאלאן א מינוט, און אויב וויל מען א פוירמיט אוף 500 גאלאן א מינוט, צינד מען אן דעם פאמפ, עס זאל ציען 500 גאלאן א מינוט

בשעת מעשה, לייגט מען א 'מעסטער' וויפיל וואסער עס ציעט טאקע א גאנצן צייט, פאר א משך פון 24 שעה, [די ערשטע פאזע] אבער אין די זעלבע צייט, שטעלט מען אן זייגער [אזעלעכע סארט ווייזערלעך], אויך ביי אלע איבעריגע קוואלן ארום, צו מעסטן, ווי די וואסער 'לעוועל' האלט ביי די ארומיגע קוואלן

ווייל דאס איז דער ציל פון די טעסט, ווייל אונטער די וואסער לויפט די וואסער אויף 'שטראזן', [טשענעל'ס בלע"ז] און ווען מען זאל נעמען 10 קוואלן וואס זאל ציען פון די זעלבע טשענעל, איז ווי פארשטענדליך, וויבאלד עס ציעט פון די זעלבע פלאץ, אויף נעמט מען מער פון איין קוואל, ווערט עס אויטאמאטיש שוואכער ביי אנדערן קוואל וואס ציעט פון די זעלבע טשענעל, און דער ציל פון דעם טעסט איז צו וויסן צו דער נייער קוואל, האט געטראפן א עקסזעסטירנדן טשענעל, וואס דאן איז פשט, אז דאס ציען וואסער דא, וועט קומען כאטש א טייל אויפן חשבון פון די שכנים, אבער אויב טרעפט מען א נייע טשענעל, איז ווי פארשטענדליך, אז ס'וועט נישט אפעקטירן די ארומיגע קוועלער, ווייל זיי נעמען דאך פון אנדערע טשענעל'ס

אבער, אפילו מען טרעפט אן עקסזעסטירנדע טשענעל, קען זיין אז דער טשענעל ווערט שוין באנוצט דער מאקסימום אדער נאנט צו דער מאקסימום, און פון די צווייטע זייט קען זיין, אז עס שטייט מער ווייניגער ליידיג,

איז וועגן דעם מעסט מען די ארומיגע קוועלער - ווען מען שרייבט ארומיגע קוועלער מיינט מען נאר די ארומיגע קוועלער וואס האבן א פוירמיט פון די רעגירונג - צו זעהן, וויאזוי וויאזוי דער קוואל רופט זיך אן, אויף די ארומיגע

אבער, ווי אין רוב פעלער, איז אויך גילטיג דעם מאמר חז"ל, תפשת מרובה לא תפשת, ווייל אזא טעסט קאסט אפ, א צענדליג טויזנעט דאלער, און ווען מען בעט א פוירמיט פאר 500 גאלאן, און דער טעסט פאלט דורך ווייל עס האט אפעקטירט די ארומיגע קוועלער, דארף מען נאכדעם מאכן א פרישע טעסט, וואס קאסט ווידער אפ א צענדליג טויזענט דאלער צו פרובירן אויף עס קען ארויסגעבן א קלענערן סכום ווצב"ש 250 גאלאן א מינוט, דעריבער וואס 'נארמאלע' 'ביזנעס קעפ' 'פאראנטפארטליכע' מענטשן טוען, איז א מען נעמט א פראפעשענעל, און מען מאכט א פראפעסיענעלע אפשאצונג וויפיל עס קען ארויסגעבן אן אפעקטירן די ארומיגע קוועלער, און פאר דעם סכום גיט מען איין דעם אפליקאציע, און אויף אזויפיל מאכט מען דעם טעסט

איז ביי אונזערע חכמי חעלעם, האט מען איינגעגעבן א אפליקאציע, אויף די מאקסימום וואס האט זיך זיי פארגלוסט צו האבן פון דעם קנאפע 185 גאלאן א מינוט

דער חשבון גייט, אז מען קען נאר רעכענען 18 שעה א מעת לעת צו נעמען וואסער, און 18 [שעה] מאל 60 [מינוט א שעה] קומט אויס 1080 מינוט א טאג וואס מען קען ציען

יעצט אז מען נעמט 185 מאל 1080 קומט עס קנאפע 200,000 גאלאן א טאג

און געכאפט און געטאן, מען האבן גערופן אן היידראלעדזשיסט, און די רעגירונג, און יאלעפ, געגאנגן מען מאכט א טעסט פאר 200,000 גאלאן א טאג

אבער ווי אנגעהויבן, איז תפשת מרובה "לא" תפשת, און די ארומיגע קוועלער האבן אנגעהויבן שארף צו פאלן, [די הויכקייט פון די וואסער לעוועל] עס איז געפאלן אזוי שטארק, אז מען האט געקענסעלט דעם טעסט אינמיטן,

יעצט, וועלן די חכמים דארפן שפענדן, א פרישע עשרת אלפים ככר כסף צו מאכן א נייע טעסט

אבער, מען קען זיך פארלאזן אז די חכמים וועלן מאכן א טעסט, אויף 300 גאלאן א מינוט, אנשטאט אראפגיין צו 100 אדער 50 גאלאן א מינוט, וואס הייסט, זיגי וויל דאך בויען 2000 דירות

מיט אזעלעכע חכמים ווער דארף טפשים...........................

שדים_טאנץ » 25/1/2005 06:01

KJ, איך וויל נאר צולייגן א קלייניגקייט.

געווענליך ווארט מען ביז נאכדעם וואס די גאנצע טעסט איז פארטיג צו זען די רעזאלטס, אבער דא איז קוים אריבער אפאר שעה פון ווען די טעסט אויף די קוואל האט זיך אנגעפאנגען, און די טאון אף מאנרא איז געקומען צו לויפן מיט קולות אז מען זאל שוין פארשפארן די קוואל. זיי האבן געזאגט אז עס איז געווארן אזא וואסער מאנגל אין די געגנט אז די שכנים האבן געקאלט פארפירן אז זיי האבן נישט קיין וואסער.

די רעסט איז היסטארי......

KJAlliance » 25/1/2005 06:05

אבערוואס, אלעס האט די ווילידזש אונטערגעשטעלט

עכט קענען זיי נעמען 1000 גאלאן א מינוט

פונקט אזוי ווי

מענדל שווימער איז מעיאר

גאור איז פרעזידענט

הגהצ ריחמ פרמ שליטא איז גאב"ד

קריתיואלער » 3/3/2005 03:11

די אישו איז אינגאנצן אראפ פון טיש. מען הערט מער נישט פון די אלייענס אז זיי זאלן זאגן אז זיי האבן צוגעזאגט וואסער פאר די ווילידזש.

איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז "וואס איז נייעס אין קרית יואל" איז אזוי שטארק.

גוטזאגער » 3/3/2005 04:28

ס'איז נאך יא אפשר אמת,נאר זיי ווילן עס נוצן פאר זייער "בלומינג גראוו זאלי ווילידזש"

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1254043

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1285282

געשמאק » 3/3/2005 12:46

הייסט זיי וועלן מוזן מאכן א "וואסער פייפליין" , פון לארקין ביז בלומינגראוו.

היינו דאמרי, אז מעיאר שווימער איז יא און אמט .

תוקן על ידי - געשמאק - 03/03/2005 12:51:04