היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » אבסעלוט, קאמפלעטע, היפאכאנדריע

אבסעלוט, קאמפלעטע, היפאכאנדריע

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1254971

KJAlliance » 18/1/2005 22:54

איצט, האט מיר איינער אריין גערופן די פאלגענדע נייעס אין קרית יואל

א קאר מיט די פלעיטס 2F3 האט אפגעשטעלט דעם 'עס יו ווי' מיט די פלעיטס, NYP3040

מיר זענען זיכער, אז נאר צוליב אנטעסעמיטיזם, רשעות, פארדארבענקייט, פארדרייטקייט, פוסטקייט, עגא'איזם, און פיל נאך סיבות, האט מען אפגעשטעלט דעם זיסן, לעכטיגן, באליבטן, געלונגענעם, געלערנטן, הויכגעשעצטן, שרייבער פון פארווערטס/איד,

מיר קענען נאר ווארטן, אויף אן ארטיקל אין איינע פון די צוויי צייטונגען, מסביר זיין, פארוואס דער פאליסמאן איז נישט גערעכט, און דער "רעדאקטאר" איז 100% גערעכט

אפשר גאר וועט די ארטיקל זיין אקעגן די רויטע לעקטער אויף פארעסט, וואס אברהם ווידער אין ווילידזש קאנטראלירט אלע דריי אויפאיינמאל - געדענקט איר דעם ארטיקל וועגן די קאמפיוטער סיסטעם פון די רויט לייטס, אין איינע פון די זאלי אויסגאבע'ס - איז זיכער אז ווי נאר ער האט געזעהן דעם רעדאקטאר דורך פארן, האט ער שנעל געטוישט דעם סיגנאל צו רויט, טראץ וואס עס וואלט נאך געדארפט זיין עטליכע מינוט גרין, און דערביי געשיקט א סיגנאל פארן פאליסמאן, אים אפצושטעלן

נו, איז דאס נישט פולקאמע, פולשטענדיגע, אבסעלוטע, היפאכאנדריע?????????????????

עלהניסים » 18/1/2005 23:48

ווי איך האב שוין איינמאהל געשריבן זענען אלע זאליס קוואפציליטירט מיט א הימלשרייענדע קאָמפעלעטאָפאַקאַציע. זיי דרייען זיך ארום אינגאנצען באַראָפטיוועגיטיג, און מיט א אומגעהוירע דעעעממממאללאראאזאאציע....

געדענק!. ביי באראגאסטאשיסטיסטן איז יעדע ווארט א שאד!. דאס זענען זיי, און פארטיג!.

און מן הסתם איז דער פאליציי וואס האט איהם אפגעשטעלט אויך היפש געמאָלאַוויסטירט.

KJAlliance » 18/1/2005 23:58

על הניסים

איך וואלט געזאגט אז דו האסט דעם אלדסמאביל, נאר וואס דען

אזוי נאריש, האלט איך שוין נישט דעם געלערנטען, ווייל אפילו מען איז פארדרייט, איז עס נישט גלייך, צו איינער וואס אינגאנצן נישט אנגעקומען ביים טיילן פון די סחורה וואס הייסט "שכל" אדער 'קאמען סענס'

און עס זעהט אויס, אז דו האסט געהאט זייער אינטערעסאנטע אקטיוויטיס, ווען מען האט געטיילט פון די מעשה

davka » 19/1/2005 02:44

עלהניסים, ווייז נישט דיין בקיאות אין שווערע ווערטער וואס קיינער, אריינגערעכנט דו, פארשטייען נישט. האסטו עפעס וואס צו ענטפערן, ענטפער. דער עולם איז נישט אינטערעסירט ביי יעדן אשכול צו ליינען נאכאמאל באקאציע שמאלאדראציע מאקאבאציע מאקילטישאבאציע.

אלעס האט א שיעור.

זאליweaky » 19/1/2005 08:40

הכל מודים, אז מיט דעם "אידיש" וואס דער "פארווערטס" האט אים אויסגעלערנט, קען קיינער נישט קאנקורירן !!!