היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ועד הצניעות קאמף קעגן קאלס געשטערט

ועד הצניעות קאמף קעגן קאלס געשטערט

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1254780

שדים_טאנץ » 18/1/2005 19:49

ווי באקאנט האט זיך לעצטנס ליידער אריינגעכאפט די פירצה פון די קאנפערענץ קאלס וואס נארישע בחור'לעך און יונגעלייטלעך, וועלכע זענען נישט צו קלוג, קאלן דארט אריין און ס'איז א שרעקליכע הירוס הדת, מען הערט דארט צוזאם כל דבר אסור.

די ערליכע עסקנים פון די שומרי משמרת הקודש אין וויליאמסבורג און אין מאנרא, זענען ארויס אין קאמף קעגן די שרעקליכע פירצה און אין די פארגאנגענע וואכן האבן זיי געקויפט סעלפאנס, וואס זיי האבן גענוצט אריינצושפילן מוזיק אין די קאנפערענץ ליינס 24 שעה א טאג.

אבער די סעלפאן קאמפאניס זענען געוואויר געווארן פון די גאנצע זאך, און זיי האבן געעפנט א לעגאלע אויספארשונג, איבער דעם וואס מען האט גענוצט זייערע סעלפאנס צו סאבאטאזשירן א טעלעפאן ליין. עס קען דראען פראבלעמען פאר אפאר יונגעלייט.

יעדער נארמאלער מענטש אנערקענט די שרעקליכע פירצה פון די קאנפערענץ קאלס, און מיר זענען אלע מחזק די פיינע עסקנים אז זיי זאלן זיך נישט דערשרעקן נאר ווייטער אנגיין מיט'ן קאמף קעגן די פארדארבענע שוטים וואס נישט גענוג אז זיי זענען אין דיוטא התחתונה, ווילן זיי אריינשלעפן אנדערע אומשולדיגע בחורים און מיידלעך אין שאול תחתית אריין. מיר וואונטשן פאר די עסקנים אז זיי זאלן ווייטער קענען אנגיין מיט זייער קאמף קעגן די קאנפערענץ קאלס און עס אויסראטן ביז צום סוף.

זשוליאני08 » 21/1/2005 02:13

זיי האבן געטאן א נארישקייט. זיי וואלטן געדארפט נוצן געהעריגע ליינס, נישט קיין סעלפאנס. יעצט זענען זיי אין טראבל. סארי פּאלס.