היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » סאטמאר ירושלים: הולדת הבן ביים רב שליט"א

סאטמאר ירושלים: הולדת הבן ביים רב שליט"א

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1254014

חורינער » 18/1/2005 02:52


קול רנה וישועה באהלי צדיקים

איצט איז געקומען די ידיעה אז עס איז געבוירן געווארן א בן זכר ביי הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד דק"ק סאטמאר ירושלים תובב"א, אן אייניקל פאר הגאון הצדיק המפורסם רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים שליט"א אב בית דין דקהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג ברוקלין ניו-יארק, אור-אייניקל פון כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש מסאטמאר שליט"א.

סאטמאר חסידים אין ארץ ישראל גרייטן זיך צו געהויבעע פריידיגע טעג הבעל"ט

תוקן על ידי - חורינער - 18/01/2005 2:59:16

jewboy » 18/1/2005 03:07

מזל טוב, דער אייבעשטער זאל העלפן ער זאל נישט נאכגיין אין די וועגן פון זיינע עלטערן מבחינת פאליטיק.

ער זאל אויפוואקסן אן ערליכער יוד טאקע ווי ס'פאסט פאר א בנש"ק.

אבי שמחות ביי אידן.

חורינער » 18/1/2005 03:22

מעגסט האלטן דיין מויל אביסל ווען די רעדסט אויף האי גברא רבא הגרח"צ שליט"א

סיני_ארי » 18/1/2005 03:24

מזל טוב !

rotzer » 18/1/2005 03:40

מיר זענען ניט באקאנט ווער דער דאזיגער רב איז אבער צו באלעסטיגען אונזער באליבטען מנהל דאס ניט.

איחודמעמבר » 18/1/2005 03:56

ווער ווייסט נישט?

טרעקטער » 18/1/2005 04:34

מזל טוב!
מזל טוב!

צוויי מאל אן אייניקעל פון הגה"צ אבד"ק ביסטריץ זצ"ל

משהבערבעק » 18/1/2005 16:37

איך פארשטיי נישט, ווייל חיים הערשעלע האט א קינד, מוז איך דא ליינען מיאוס'ע אויסדרוקן?...

אויסשווארץ » 18/1/2005 21:19

מזל טוב פאר אלע אידן קדושים וטהורים פון יפו וואס זענען אונטער די יפוער רב