היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » קלעש צווישן מאיר הירש און יחזקאל בראך

קלעש צווישן מאיר הירש און יחזקאל בראך

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1253081

זשוליאני08 » 17/1/2005 04:33

עפעס האב איך געהערט אז מאיר הירש האט צוזאמגעקלעשט מיט חזקי בראך ביים רבי'ן אינדערהיים, פרייטיג צונאכטס.

איינער האט מער פרטים?

שדים_טאנץ » 17/1/2005 22:51

די מעשה איז אזוי. מאיר הירש איז געווען אין שטאט שבת. דער רבי שליט"א האט געפירט טיש אין שטוב און וויבאלד מאיר איז גאר נאנט צום רבי'ן און אויך א חבר מיט אליעזר קעסטנבוים איז ער אריינגעלאזט געווארן אינעווייניג, כאטש ער איז אן אהרוני.

דער רבי איז געווען זייער אויפגעלייגט און האט מכבד געווען מאיר'ן מיט כל מקדש. ביים סוף פון די טיש רוקט זיך אן כעזקי בראך. מאיר גייט צו צו אים און גיט אים די האנט מיט א ברייטן שלום עליכם און זאגט אים: "יחזקאל, וואס טוט זיך? וואס מאכסטו? וויאזוי גייט עס?" וכו' וכו'

כעזקי האט זיך נישט געכאפט און גאר ברייטליך צוריקגעגעבן די האנט פאר מאיר מיט א שמייכל און אים געענטפערט אויף אלע שאלות.

דער עולם האט געזען אז עפעס גייט פאר און יעדער האט זיך אויפגעשטעלט אויף טישן און אויף בענק מיטצוהאלטן און דעמאלטס האט זיך כעזקי געכאפט אז ער דארף דאך זיין צוקריגט מיט מאיר, און ער דרייט זיך אויס צו אליעזר קעסטנבוים און נעמט זיך שרייען צו אים: "דער מאיר מיינט אז איך וועל רעדן צו אים. איך רעד נישט קיין ווארט צו אים. ער איז א גנב. ער האט גע'גנב'עט א מיליאן דאלאר פון עזרת חולים."

אליעזר האט געלאכט און צוריקגעשריגן, "מאטש מאור דען דעט. ער האט גע'גנב'עט פינף מיליאן."

בקיצור משה גבאי און אליעזר וואס ווייסן גוט מה טיבו פון כעזקי, האבן געטריבן ליצנות פון אים אז ס'איז געגאנגען א רויעך, און צום סוף איז ער גאר ארויסגעגאנגען אן אפגעפאטשטער און אפגעשמיסענער, און דער אהרוני מאיר איז ארויסגעגאנגען פון דארט ידו על העליונה.

עלהניסים » 18/1/2005 00:01

עס מאכט מיר אזוי לאכן וואס עס קען אלץ מיינען געווינען, אין וויפיל באדייטן די ווארט האט!.

האט איר אמאהל מיטגעהאלטן די פאלגענדע צענע:?

"ס'איז מיינס גיב עס אהער!".
"איך וויל נישט"!.
"איך צייל ביז דריי, איינס צוויי און די לעצטע..".

טאטע מישט זיך אריין:
"משהלע גיב איהם עס שוין צוריק!".
"בסדר, דא האסטו עס, אבער איך גיב עס צוריק ווייל טאטי האט געהייסן נישט ווייל די האסט מיר איבערגעשראקן"!!.

יא, יא. נישט אנדערש קוקט עס דא אויס.

יענץ געווינס, מען מוז אויפזוכן פשטלעך פון אינטער די ערד, כדי צו פארענטפערן מיט וואס די אהרונים האבן געווינען. זיי האבן נישט פארלוירן ווייל די זאלונים האבן געוואלט, נאר פשוט ווייל די שופט האט געהייסן.

והא ראי', קוק זיי זענען ידם על העליונה!.

1) אויפגעטוישט y מיט Y.

2) מאיר הירש האט געשמייכלט און כעזקי האט זיך גערעגט.

בקיצור, עס האנדעלט זיך דא פון גאר ערנסטע געווינער'ס!!!.

מער ווייניגער הערשט נישט קיין דעעעממאמאלארראאזאאצציע ביי זיי. נאר זיי זענען פשוט אינקציפאליטירט מיט א עלמאָנעטאַראָקאַציע.

===============
העיליגע שבת

קרית_יואל » 18/1/2005 02:46

שדים טאנץ
וואס הייסט דער רבי האט מכבד געווען?

שדים_טאנץ » 18/1/2005 03:16

אקעי, קרית יואל, ס'איז געווען משה גבאי. יעצט ביסטו צופרידן?

קרית_יואל » 18/1/2005 03:32

דאס האב איך געוואלט הערן...
דו ווייסט דאך זיכער די מעשה וואס יאנקל מילער יארמער רב האט פארציילט, אז נאכדעם וואס דער סאטמארער רבי שליט"א האט אויפגענומען זיין זון רבי זלמן לייב שליט"א אלס רב פון די קהילה אין וומס"ב אן דער גאב"ד קעי.דזשעי. האט דערקלערט אין בונקער אז עס איז בטל ומבוטל, האט ער (מילער) אריינגעקאלט צו גאב"ד קעי.דזשעי. ווען ער האט אויפגעהויבן פרעגט יאנקל "קען איך רעדן צום וויליאמסבורגער רב?" האט גאב"ד קעי.דזשעי. זיך אנגערופן דאס איז נישט דער וויליאמסבורגער רב.
א מינוט שפעטער קאלט ער נאכאמאל אריין און פרעגט די זעלבע, און גאב"ד קעי.דזשעי. ענטפערט אים די זעלבע.
נאך אפאר מאל רופן נאכאמאל און עס האט זיך איבערגעשפילט דאס זעלבע, האט גאב"ד קעי.דזשעי. שוין פארלוירן דאס געדולד און רופט זיך אן "וויפיל מאל נאך וועל איך דער דארפן זאגן אז איך בין נישט וויליאמסבורגער רב?".
האט יאנקל געענטפערט "יא, דאס האב איך ליב צו הערן"...

KJAlliance » 18/1/2005 04:17

קרית יואל

זייער א גוטע וויץ

אבער גראדע שטאמט עס נישט פון יענקל מילער, און נישט אויף קרית יואל רב

נאר אזעלעכע "ברייטע" קעפ, האבן עס די ערשטע מאל געהערט אוף קרית יואלע רב, אבער קיינמאל נישט ערגער,.............

זשוליאני08 » 18/1/2005 05:50

קרית יואל וואס האסטו געוואלט הערן? אז משה גבאי איז בעל הבית אויפ'ן רבי'ן און ער האט געמאכט זלמן לייב פאר רב אין ראדני סטריט?

זשוליאני08 » 18/1/2005 05:54

דא איז די אריגינעלע דזשאוק וואס איחוד מעמבער האט ארויפגעלייגט אויף יאנקל מילער און אויף קרית יואל'ער רב.

One afternoon an older gentleman approached the Marine Guard at the South Lawn entrance to the White House and asked to speak to President Clinton.
The Marine gently informed the man that Clinton was not the president anymore, and the old man walked away quietly.

The following day, the old man returned to the station and requested to see President Clinton.

The Marine, with a little frustration repeated his explaination from before: Bill Clinton is not the President anymore. The old man walked away.

On the third day, the old man came back and asked to speak with President Clinton and the Marine Guard got angry and pulled him aside and asked "Bill Clinton is no longer the president. To whom do you wish to speak?" The old man replied "I know, I just like hearing that :-)"


ס'איז צו א געשמאקע דזשאוק אז דו זאלסט עס אזוי צוגרונד לייגן.

קרית_יואל » 18/1/2005 17:14

דער דזשאוק פאסט טאקע פאר אזעלכע "ברייטע קעפ" ווי גאב"ד קעי. דזשעי.
נאר ווען דער דזשאוק וואלט נישט געווען אויף אים וואלט ער נאך יעצט געלאכט.