די פאלגענדע עפיזאד ווייזט אז ווען מען שרייט קומט מען אן.
אין קרית יואל איז דעם פארגאנגענעם זאת חנוכה פארגעקומען א שרעקליכע פירצה, ווען ביי א צוזאמענקונפט אין בעיסמענט פון עזרת חולים מעדיקל צענטער פאר אלע ארבעטער אידן און נישט אידן איז געשטעלט געוורן אויפ'ן טיש מנורה'ס מיט להבדיל קראצמעך ביימער ר"ל. אויך האבן געהאנגען סיינס העפי האלידעי מיט סימבאלן פון חנוכה און חהבדיל קראצמעך.
ווען נישט וואס נישט-איינגשטעלטע וואס האבן זיך געפינען אין בעיסמענט באזוכער האבן געעפענט דעם טיר דארט וואלט מען נישט געוואוסט דערפון.
אבער וויבאלד די פירער דארט האבן דערזען ווי עס הייבט אן ארויסצוקומען, און האבן געציטערט אז מען גייט ברענגען קאמערעס, האט מען ארויפגעלייגט א סיין אויפ'ן טיר פון גרויסן סיין אויף ענגליש "נישט צו עפענען די טיר ווייל די "האלידעי פארטי" האט זיך אנגעהויבן".
כאטש וואס די אפיציעלע באהערדע האט פרובירט צו מאכן א שווייג דערפון, איז דאס שנעל ארויסגערינען אין דער גאס. און ווען עס איז נישט געקומען קיין קול מחאה פון די אפיציעלע באהערדע אדער אן אנטשולדיגונג, איז אין דער באריכט פון פרשת שמות ערשינען א מחאה אין נאמען פון תשובי ק"י דערקעגן.
פארשטייט זיך אז עס איז געווארן אן איבערקערעניש. ווי עס ווייזט אויס האט דאס אנגעמאכט א גענוג גרויסן טומל, אז די אפיציעלע באהערדע האבן באשלאסן ארויסצוקומען מיט אן אנטשולדיגונג און אז אזא זאך וועט שוין נישט פארקומען.