היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » א פסול אין א ספר תורה אין סאטמאר ראדני

א פסול אין א ספר תורה אין סאטמאר ראדני

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1252283

עלהניסים » 16/1/2005 05:23

דאסמאהל וועט איר שוין קענען זיך אמת'דיג איבערצייגן אז איך בין ממש מכם ובכם, ממש א שטיק סאטמארער!. והא ראיה איך ברענג אזא קליינע אומבאקאנטע נייעס וואס בלויז איינער וואס האט געדאוונט אין ראדני ביי שאלעשידעס וועט וויסן דערפון.

אבער ניין, מיין תיבה אישית ווערט קאַנאיינעהאָרע יעדן טאג באלאגערט פון אינפארמאציע פון אנדערע חברי הפורום ווארס שעמען זיך ארויסצוגעבן זייער בויךקרעמפן צוליב סייוואספארא סיבה (דהיינו אפילו מען וועט סייווי נישט וויסן ווער ער איז, אדער קען זיין אז מען ווייסט שוין ווער ער איז), און זיי בעטן מיר אז איך זאל דאס מפרסם זיין.

איך טוה דאס זייער גערן, אבער דאס מאהל שטעל איך איין. ווייל איר אלע וועט "מיינען" אז איך בין א געהעריגע ווילאמסבורגע סאטמארער. דאס איז מיר גראדע א בושה....

אבער פארוואס זאל איך עס נישט שרייבן?, ווייל איר וועט מיינען?. מיינט וויפיל איר ווילט!. און ווי געשריבן וועט סייווי קיינער נישט פארשטיין אז עס עקזיסטירט אנדער אידן אויף דער וועלט.

און צום ענין, איך שרייב נאך די לשון כאטש איך האב נישט קיין השגה וואס ווען וואו.


אינעם ספר תורה וואס מען האט געליינט שבת ביי מנחה אין ראדני, האט מען גלייך ביים אנהויבן ויהי בדלח פרעה, געפינען א געוויסע טעות. הרה"ג ר' מ.כ. שליט"א וואס האט דאן עולה געווען האט דאס אויפגעמערקט. מען האט גלייך צוריקגעלייגט די ס"ת און ארויסעגנומען א צווייטע. ר' מ.כ. האט נישט איבערגעמאכט קיין ברכה.

די ס"ת באלאגנט צו ר' משה מנחם...... שליט"א.

זאלי איז נישט געווען אין שוהל דעמאלטץ ווייל ער האט געדארפט זיין מיטן טאטען צוליב זיין חולשת הגוף.

לצים ווערטלען זיך אז ווען זאלי וואלט דארט געווען וואלט ער געפסקנט הלכה למעשה אזויווי פארגאנגענע מאהל ווען מען האט געטראפן א טעות אינעם ס"ת.

אנדערע זאגן אז טאקע ווייל ער האט געוואוסט פונעם טעות האט ער אפגעטראגן פון דארט מיטן טאטן.

דער_באריכט » 16/1/2005 16:50

זאלי וואלט קיינמאל נישט "געכאפט" אז דאס איז א טעות...

אומדירעקט » 16/1/2005 16:54

דא שטעלט זיך ארויס צום וויפילטן מאל, די געוואלדיגע סייעתא דשמיא וואס "ראדני" האט געהאט מיטן אויפנעמען דעם "הוא יהיה לי עבד"!

שומי שמים, 25 יאר ליינט מען אין אזא ספר תורה, אין קרית יואל'ער רב זאגט נישט קיין ווארט!

SUCH א שעם!...