ספעציעל צום באריכט:
בערלין. - אין אן ענטפער צו די דערקלערונג פון כלל ישראל אז היטלער וויל אויסראטן אלע אידן, האט דער נאצישער פירער די וואך קלארגעשטעלט זיין שטעלונג אין א קאלום וואס איז ערשינען היינטיגע וואך אין "שטירמער".
אין דער קאלום "מיין מיינונג" דערקלערט היטלער אז ער האט באמת גארנישט קעגן אידישן פאלק, אבער די ווילדע העצערישע דערקלערונג פון די אידישע פירער אז היטלער זוכט צו באהערשן די גאנצע וועלט, האט געפירט דערצו אז ער זאל באקומען אזא האס קעגן אידישן פאלק.
ווי מיר האבן שוין באריכטעט אין פאריגן נומער איז דער פארשארפטער נאצישער קאמפיין קעגן אידישן פאלק, א רעזולטאט פון די התגרות באומות פון כלל ישראל קעגן די נאציס.
אינעם "שטירמער" שטעלט זיך ארויס צום וויפלטן מאל אז די נאציס זענען נישט קיין אנטיסעמיטן. פונקט פארקערט זיי האבן ליב אידן, נאר די אידן זענען אליינס שולדיג מיט'ן דערקלערן פאר די פרעסע אז זיי זענען זיך גרייט אראפצוזעצן מיט די נאציס צו פארהאנדלען ווי אידן זאלן יא מעגן וואוינען און וואו נישט.
מען קען קלאר זען פארוואס די נאציס זענען אזוי ברוגז אויף די אידן, צוליב זייערע מאסיווע אויסברייטערונג ממש אין די נאז אריין פון די גוים.
איצט שטעלט זיך ווידעראמאל ארויס דאס וואס מיר האבן זינט אונזער ערשיינונג אנגעוויזן אז די נאציס האבן כסדר דערקלערט אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם אויב אידן בלייבן ווייטער עקזיסטירן אזוי לאנג ווי זיי וואקסן מיט א מאס לויט די ביז יעצטיגע זאונינג, (איין דירה פער צוויי עיקערס), כדי אז כלל ישראל זאל נישט וואקסן זייער שנעל.
ווידעראמאל שטעלט זיך ארויס אז דאס וואס די חז"ל האבן דערקלערט אז ס'איז א "הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב" איז א העצערישער סטעיטמענט וואס רייצט אויף די גוים. אויך קען מען יעצט קלאר זען אז די נאציס האבן נישט מורא פון "פן ירבה", און די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי ווילן אומברענגען אלע אידן איז צוליב די נארישע פראפאגאנדע פון די אידישע פירער.
תוקן על ידי - זשוליאני08 - 16/01/2005 6:14:50