ברוך הבא תו"א רבי -ט"ו בשבט טיש אין וומס
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1250910
ברוך הבא דער תו"א רבי קומט קיין וומסבורג
גייט פראווען דינער מיט סעודה פון חמשה עשר בשבט
א גרויסע ווארעמע דרשה לכבוד שובבים אין די סאטמערע גרויסע שוהל אין וויליאמסבורג
אויך א געמיינזאמע דרשה אין קהל ויואל משה אין מאנארא
ווי אויך אין ישיבה אין קרית יואל
יהא בואו לברכה ולהרמת החסידות
ווער גייט אהיים מיט מער געלט, ער אדער די ברידער?
דער רבי וועט גיין באזוכן און אויפלעבן די אחינו בני ישראל הספרדים און ער וועט זיין דער אורח הכבוד ביי די סיריאנער איראנער קהילה אין פלעטבוש
ווי אויך וועט ער זיין א שבת אין דיעל ניו דזערסי
און אויפן וועג אהיין זיין ביי די שרעבי ברידער אין מעקסיקא
און איך האב געמיינט אז ער קומט קיין סאטמאר נעמען געלד
איך האב געהערט אז ער פארט איין שבת אין שיקאגא?
אגב, ער פירט זיך צו גיין אפט מחזק זיין די ספרדים, סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ.
ער וועט זיין יתרו אין וומסב"ג און משפטים אין מאנסי. מסתמא תרומה אין שיקאגא (אויב די שמועה איז אמת).
ווער מאכט מער געלט? שווער צו ענטפערן אויף די קשיא. איך מיין אז דער ברודער (אברהם יצחק) ווייל זיי מאכן א בעסערע ווינט.
די וואך אין דער איד שרייבט ער אז ניקלשבורג'ער רבי קומט שבת אויף בארא פארק. ער פירט זייער שיינע טישן.
בארא פארקער ער לאזט דעם ברידער קומען גענוג פרי
און ער קומט גענוג שפעט נישט צו קלעשן מיטן ברודער
נישט אזוי ווי סגייט זיין אין לונדון וואס 2 ברידער גייען קומען אויף שבת אינער נאכן אנדערן
אייכלער שרייבט:
א גרויסע ווארעמע דרשה לכבוד שובבים אין די סאטמערע גרויסע שוהל אין וויליאמסבורג
אויך א געמיינזאמע דרשה אין קהל ויואל משה אין מאנארא
ווי אויך אין ישיבה אין קרית יואל
איך האף אז די "ישיבה אין קרית יואל" מיינט די ישיבה תורה ויראה, אדער בני יואל, צו ישיבת מהרי"ט
ווייל אין ישיבה ומתיבתא תורה ויראה דרבינו יואל, בנשיאות כ"ק רבינו שליט"א בראשות כ"ק הגאב"ד שליט"א ברויך מען דעם חשוב'ן "כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א" ווי דער פאריעריגער שניי
ער זאל ביטע מזכה זיין די זאלי'ס מיט די בני יואל, מיט זיין קדושה, טהרה וצדקות, מיר האבן ב"ה פון ווי דאס צו נעמען, סיידן איינער דארף חידושים פון א תלמיד פונעם 'דבר יציב'
KJAlliance
שרייבט אזוי
ער זאל ביטע מזכה זיין די זאלי'ס מיט די בני יואל, מיט זיין קדושה, טהרה וצדקות, מיר האבן ב"ה פון ווי דאס צו נעמען, סיידן איינער דארף חידושים פון א תלמיד פונעם 'דבר יציב'
וויל איך אייך פרעגן
זייט ווען איז דער תו"א רעבע א תלמיד פון דברי יציב?
תוקן על ידי - eichler - 16/01/2005 16:24:31
זייער הייליגער פאטער זצ"ל
האט געשיקט איינעם צו הייליגן אמרי חיים ז"ל
און דעם אנדערן
האט ער געשיקט צו הייליגן דבר יציב ז"ל
והדברים עתיקים, ליודעים ודי בזה
eichler
נעקסטיים ווען דו ווייסט נישט עפעס וואס יעדער ווייסט, פרעג עס אין "אישית"!
הֶבַנתָּ?
ווען קומט דער רבי קיין אמעריקע?
איך האב הנאה אז ער איז מחזק ספרדים. עס איז מען הסתם נאר די רייכע ספרדים וואס דארפען חיזוק!
BoroParker, if you die a misse meshineh I wouldn't be surprised. I hope you don't have kids, or plan on having any.
העי, העי, קנאקער, פארוואס שעלטסטו, וואס ביזטו אזוי ווילד געווארן, איז דאס דאס ערשטע מאל וואס דו זעהט דא בזיון תלמידי חכמים? אדער נאר ווען עס HIT HOME טוט עס וויי?
איך פסק'ן מיר אז דא איז גילטיג דער כשם שמצוה לומר, איך בין נישט מוחה דא, נאר ווען מען גייט מיר סתם אויף די נערווען און איך פלאץ שוין
דער ר' דוד קאהן איז זייער באליבט - בעסער געזאגט - ער האט זייער ליב- די ספרדים מיט זייער גראדע תמימות און מען קען צו זיי זייער גרינג רעביסטעווען- ער גייט דורך'ן יאר עטליכע מאל קיין מעקסיקא אויך דיעל נוי ג'רסי - צו זיינע ספרדישע ברודער (און שוועסטער) פראווענען דארט.אויך אין פלעטבוש ביי די סיריאנער
און ביי די ספרדים פון החומה השלישית, און ביי אש התורה אין מזרח ירושלים,
יהי דרכו צליחה ובואו לשלום
and to you Knacker
y do you allways shelt
געב נאר א קוק, ער האט זיך אויף געוועקט. זאג נאר דיין רבי שעלט אויך אזוי? אלץ פאר זאגען אז די ספרדים געבען אים חיזוק!
ווי געוואלד, ער האט ארויס געברענגט עפעס אמת אויף מיין רבי, אוי וויי, איך מוז אים אביסעל אריין געבען, אפשר וועט ער חרטה האבען. פראביר די אלטע קנאקער (לאז זיין מיט א נון - מפני שיש בה מפלתן של ...) לאמיר זעהן.
דער תולדות אהרן רבי שליט"א ביי א טיש חמשה עשר בשבט אין קלויזנבורג
[בילד – נישט אפגעהיט]
כנ"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]
די דאזיגע רבנים ווערן געזעהן אויפן בילד
משמאל לימין
רבי דוד קאהן האדמו"ר מתולדות אהרן
הרב מיארמאט
האדמו"ר מסאסוב
הרב געלדצעהלער ר"י אור ישראל
איך בין נישט זיכער אין דעם אבער אזוי שטייט אין מקור
http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=24&topic_id=874478תוקן על ידי - פייפער - 20/01/2005 13:49:06
Feifer & Boroparker
I didn't shelt I merely made an observation.
קנאקער עס וועט דיר גארנישט העלפן....
אבזערוואציע שמארסעוואציע
עולם גולם דערשרעקט זיך שוין נישט היינט פון די קללות פון די רביס....
עס האט שוין לאנג אויפגעהערט נוצן זייט זיי זענען געווארן לא לייווס...
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען מיט א דילעי פון אפאר שעה צוליב די שניי
ער גייטט זיין אכט אזייגער אין בארא פארק שיקס מענאר ביי א שבע ברכות פון הרבני הנגיד ר יונה בלומענפרוכט שליט"א פון פלעטבוש ראש הקהל דבית המדרש תולדות אברהם יצחק אין פלעטבוש
ראש הקהל דביהמ"ד "תולדות אברהם יצחק"?
"תולדות אהרן" רבי?
אפשר האסטו געמאכט א טעות??
ס'גארנישט קיין סוד אז די תא"י גרויסע שטיצערס געבן אויך פאר תו"א
כ"ק אדמו"ר מתו"א ביי א שבע ברכות נעכטן
[בילד – נישט אפגעהיט]
איז נישט דא קיין סטים דארט ס'זעהט אויס ווי ער גייט אויס פון קעלט
תוקן על ידי - אינהכינמי - 02/02/2005 7:34:51
אזא תובע בפה פאר א רביסטעווע איז נאך נישט געזעהן און געהערט געווארן
און דערצו נאך מיט רשעות
ער האט גורם געווען די מחלוקת אין סאטמער אויך וויזענדיג א וועג אז א ברודער קען צוגנבענען א רביסטעווע
ער מעג זיין הגהצ הגהק
ביי מיר מיינט אלעס הגארנישט ואידך זיל גמור
דער איד מיט דער בלאט צוזאמען וועלן מיט זייער אלע באטיטלען פון מענטשן נישט טוישן מיין מיינונג
Shame on your rotten soul
הזהרו בגחלתן
You really think you make Reb Aron big, by talking like that? You only shame him that he has nuchshleppers like you.
בשורה טובה תדשן עצם
דער רבי וועט זיין שבת פרשת תרומה אינעם עיר ואם בישראל "קרית יואל" שבמונרו ניו יארק
טיש וועט זיין אין שאפינג סענטער
זונטאג וועט זיין א ריזיגער הכנסת ספר תורה
פארן בית מדרש אין קרית יואל
נאכדעם א גרויסע סעודה אין בית רחל פאראדייז
1
[בילד – נישט אפגעהיט]
2
[בילד – נישט אפגעהיט]
זיידעל איך האף אז וואס די זאגסט איז אמת
אזוי אז יעדער אין קרית יואל זאל קענען זעהן, ווער עס גלייכט אים, און וועם ער גלייכט
שוין צייט..........
עס איז געבליבו אז דער רבי פארט דעם שבת קיין לעיק פארעסט
אדער לארעל לעדז ביידע אין פאלסבורג
עס איז נאכנישט מוחלט
א שאד, שוין צייט שוין צייט
ער פאפט דאך יעדן איינעם אנגעהויבן פון זיך אליין, בפרט איצט איז שוין חודש אדר, איז דאך זיכער די צייט, ווי עס שטייט אין אלע מפרשים אויף די מגילה, די הסתר בתוך הסתר פון אסתר
זכרתי לך "חסד נעוריך"
בשורה טובה לתושבי קרית יואל והגלילות
אין די לעצטע נאכט נאך באראטונגען האט דער רבי געווארן נעתר לבקשתו פון הטפסר הגדול ראש וראשון לכל דבר הנגיד הנכבד רבי וואלף לעפקאוויטש שליט"א מחשובי תושבי הקריה
ווען רבי וואלף האט צוגעזאגט אויסצוהאלטן אלע מלמדים אויף א גאמץ יאהר אויב דער רבי וועט קומען פראווען א שבת אין קרית יואל
און דער רבי ופמליתו האבן אנגענומען דעם איינלאדענונג
און מען גרייט זיך מיט א דערהויבענעם געמיט
מען האפט אז סזאל נישט זיין קיין טויש אין די לעצטע מינוט וד"ל
YOU ROTTEN RAT
TAKE OUT THE N OF YOUR ROTTN NAME KNACKER
מודעה פון געזעגענען אין א נייעם אשכול
אין צייט וואס איך האב שוין נעכטן געבראכן די נייעס
6:13 9/2/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
עס איז איצט באקאנט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועט אי"ה דעם שבת יא זיין אין קרית יואל, טראץ אלע שטערונגען פון כ"ק חורינער - דער זשיגאן-חזן - און זיינע ארומיגע.
עס האט זיך אנגעהויבן ווען די ראשי תו"א האבן גערופן בעטן רשות, וועלנדיג זיין ארענטליך. אבער לישע הורוויץ האט געענטפערט ניין. איר האט זיך צוגעשטעלט צו די שונאים קענט איר נישט קומען.
עס האט במשך די לעצטע טעג געהייסן אז דער רבי וועט טאקע נישט קומען אויף שבת נאר אויף עטליכע טעג אינדערוואכן.
היינט ביינאכט איז געפאלן די החלטה אז מען קומט יא אויף שבת.
מעןגייט אויפשטעלן א ריזיגן טענט נעבן ביהמ"ד תו"א, וואו עס וועלן געפראוועט ווערן די געהויבענע תפילות און טישן, צו וועלכן עס ווערן ערווארטעט א שטראם פון הונדערטער אידן תושבי ק"י.
דער רבי וועט האבן די אכסני' אום שבת ביי הרה"ח ר' שמואל צבי אייזענבערג נ"י, און אינדערוואכן ביי הרבני הנגיד החסיד ר' מענדל שוויממער הי"ו ראה"ק דקהל ויואל משה ומנהל מוסדות ויוא"מ.
אויך וועט זונטאג נאכמיטאג פארקומען א הכנסת ס"ת צום תו"א ביהמ"ד, און דערנאך וועט פארקומען א סעודה של מצוה אינאיינעם מיט'ן דינער פאר די מוסדות אין שאפינג סענטער.
פאלגט נאך מער פרטים.
ישמח לב מבקשי השם1
געזעגענען
6:26 9/2/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
לויט די הערליכע מעשה דא...
קוקט אויס אז די שאפינג סענטער האט ער אויך גענומען אן רשות!
אדער געהערט עס גאר פאר מעיאר מענדל שווימער...
באראש
לכבוד שבת אין קרית יואל וועל איך לייגן נאך פיקטשערס
[בילד – נישט אפגעהיט]
אזוי ווי דער רבי האט געהעראט נעכטן אז די תשובה אויפן רשות בעטן איז געוועןנעגעטיוו
האט דער רבי געזאגט אז ער קומט יא אויף שבת לחזק דעת הציבור מבקשי השם אין די הייליגע קריה
עס איז נישט אמת
אדרבה ער האט באקומען רשות צו קומען
פון אלע אפישילס און אן אופישעלס
זאל ער קומען און סוועט זיין א כבוד זיין קומען
און ישמח לב מבקשי השם
נאר אזוי פול דער רבי גייט נישט זאגן קיין שום דרשות ביי קיין שום צד נישט
נאר ביי זיך אין בית המדרש
און ביי די מסיבות
נאריש צו זאגען אז די אהרונים האבען א אפיציעלער פראבלעם מיט תולדות אהרן.
בכל זאת איז תולדות אהרן א ריזיגע קהלה אין עס איז נישט דא קיין סיבות דערוף.
ער האט באקומען רשות פון כבוד קדושת מרן גאב"ד ירושלים שליט"א.
איר ליינט גוט.
דער תו"א רבי שליט"א האט אנגעפרעגט א דעת תורה פון ירושלימ'ער רב שליט"א און ער האט אים געענטפערט נאך א ישוב הדעת פון א טאג צייט, אז ווילאנג ער גייט נישט צום ווייסן שוהל וואו חזן-זשיגאן איז רב דארף ער נישט בעטן קיין רשות.
איר געדענקט נאך ווען די אהרונים האבן טריאומפירט מיט'ן ירושלימ'ער רב אלס זייערס???
א איטרעסאנטע זאך דער גרויסער רבי דארף פרעגן רשות צו ער קען קומען אויף שבת
צענליגער רביס קומען אויף שבת און קיינער פרעגט נישט
כאילו מען דארף ביי איינעם פרעגן צו מען קען קומען
במילא געזעגענען ווען דו קענסט נישט שלאפן ביינאכט און זוכסט ווי אזוי צו מאכן דיין שנאת המן וואס קומט נישט מאהבת מרדכי
לאז ארויס דעם רבין מיט ר' טובי פון דעם פארשטינקענעם שפיל
צהלי ורוני יושבת קרית יואל!
דער שבת אין קרית יואל איז געווען א קידוש שם שמים, קרית יואל האט זיך דערלעבט א זכי' אז הונדערטער אידן זענען זיך צוזאמענגעקומען מיטצוהאלטן בצוותא חדא צוזאמען מיט דעם גאון וצדיק הכהן הגדול מאחיו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
דער שבת איז אריבער העכער אלע ערוואטונגען, סיי די תפילות סיי די טישן פון פרייטאג צו נאכטס און שלש סעודות, ווער רעדט נאך די גרויסע סכומים וואס זענען צוגעזאגט געווארן שבת צופרי ביי קריאת התורה, אלעס איז געווען אויפן שענסטן און בעסטן אופן.
אשריך קרית יואל! אשריך תולדות אהרן!
selish
נישט קיין אנדערער ווי כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האט געוויזן פאריגעס יאר ביי זיין גרויסארטיגן באזוך אין קרית יואל, אז מען קען גיין איבעראל אין קרית יואל.
דער גאב"ד שליט"א האט באשטעטיגט דערמיט אז כ"ק מרן רבינו שליט"א האט אוועקגענומען דעם בעלות פון כ"ק חורינער - חזן-זשיגאן - אויף קרית יואל, און אויסער זיין בעלות אין ווייסן שוהל און ביי זיך אינדערהיים קען ער אין ערגעץ נישט איינטיילן וואס צו טאן.
דער גאב"ד שליט"א האט אנערקענט אז אין קרית יואל איז דא א ריזיגער ציבור וואס איז בכלל נישט אונטערגעווארפן חזן-זשיגאן און די אלע זענען אידן יראים ושלימים וועמען מען קען נישט איגנארירן.
דער פאקט אז דער גאב"ד איז געגאנגען צו בית המדרש הגדול דקהל ויואל משה ד'סאטמאר אין קרית יואל וואו ער האט געהאלטן א דרשה, טראץ דעם שווערן דרוק וואס חזן-זשיגאן האט ארויפגעלייגט אויף אים אין יענעם טאג דורך פערזענליכע שלוחים און דורך שיקן זיינע טעראריסטן אים צו דראען אונטער'ן פענסטער, איז דער גאב"ד געגאנגען צו ווייזן אז דער רבי שליט"א איז דער מרא דאתרא אין קרית יואל און וויבאלד דער רבי האט געגעבן רשות צו עפענען א קהילה און מוסדות פאר אנ"ש ההולכים בתורת רביה"ק זי"ע און געגעבן רשות פאר בנו יקירו הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר שליט"א וומס"ב מסדר קידושין צו זיין אין קרית יואל, האט דאס א תוקף און מען דארף זיך נישט רעכענמען מיט חזן-זשיגאן'ס קעגנערשאפט.
תוקן על ידי - געזעגענען - 13/02/2005 18:32:46