היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » קליינטשיקע קינדער - Kiryas (y)oel Report

קליינטשיקע קינדער - Kiryas (y)oel Report

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1250428

קריתיואלער » 14/1/2005 06:19

די צייטונג דער באריכט איז א בושה פאר קרית יואל, און איך מיין עס גאר אמת'דיג. עס איז א חרפה און א בושה אז קרית יואלער איינוואוינער זאלן זיין אזעלכע קטני מח, און אז אזעלכע קטני מח זאלן קענען ארויסגעבן א צייטונג.

די ניווא פון די צייטונג איז אזוי שרעקליך נידריג אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן. תיכף ווען מען גיט א נעם די צייטונג אין די הענט זעט מען אז אפילו זייער קעפל איז גאר שלעכט אויסגעשטעלט. די צייטונג הייסט Kiryas yoel Report. די צווייטע ווארט יאול איז געשריבן מיט א קליינע y און נישט מיט א קעפיטעל Y.

ס'קוקט אויס ווי א פורים צייטונג וואס אפאר בחורים פון ישיבה געבן ארויס.

איז טאקע נישטא דארט קיין שום מענטש העכער 20 אז כאטש אין די קעפל זאלן זיי אויסקוקן מער פראפעשענעל?

קרית_יואל » 16/1/2005 19:29

וואו איז "עלהנסים"?
גיב נאר א קוק ווי זיי האבן שוין נישט וואס צו קריטיקירן...

KJAlliance » 17/1/2005 20:29

אה, על הניסים האט שוין גע'ענטפערט

אז ניטמאמאל דער זמן, ווייסן מ.ה.ש. ריכטיג

און ער האט מקדם געווען פני הרעה, מיטן אליין עס דערקלערן

איין זאך ווייסט נישט על הניסים

אז זאלי מיינט פארקערט ווי אן אהרוני

אז די אהרונים זאגן אז דער זמן איז 605 "מוז" דער זאלי זאגן אז דער זמן איז 650, דאס איז די 'ברעד ענד באטטער' פון הלכות זאלי........

davka » 17/1/2005 20:59

על הניסים שרייבט:

די צייטונג דער באריכט איז א בושה פאר קרית יואל, און איך מיין עס גאר אמת'דיג. עס איז א חרפה און א בושה אז קרית יואלער איינוואוינער זאלן זיין אזעלכע קטני מח, און אז אזעלכע קטני מח זאלן קענען ארויסגעבן א צייטונג.

די ניווא פון די צייטונג איז אזוי שרעקליך נידריג אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן. תיכף ווען מען גיט א נעם די צייטונג אין די הענט זעט מען אז אפילו זייער קעפל איז גאר שלעכט אויסגעשטעלט.

עס לאזט זיך נישט באשרייבן, עס גלייבט זיך נישט, עס איז ממש א אומדערהערטע ........אציע, זייער גאנצע .....אציע איז ווי א זייפן בלאז.

קוקט גוט אריין אין די קעפל פונעם צייטונג, ווען איז זמן מוצ"ש?, 6:50?. אדער 6:05?.

ס'קוקט אויס ווי א פורים צייטונג וואס אפאר בחורים פון ישיבה געבן ארויס.

איז טאקע נישטא דארט קיין שום מענטש העכער 20 אז כאטש אין די קעפל זאלן זיי אויסקוקן מער פראפעשענעל?

אזא מכשול!.

מען זעהט בחוש כוחו של אותו זקן!.

די צווייטע מכשול אין איין וואך!, עס איז ממש אומגלויבליך!. די ערשטע איז געווען ווען זיי האבן געשריבן y אנשטאט Y. א זאך וואס האט אויפגעברויזט זקני תלמידי רביה"ק זי"ע. ס'טייטש?, אין סאטמאר זאל אזנס פאסירן?.

און די איצטיגע מכשול ווייזט בחוש וואספארא פורקי עול זיי זענען!, עס איז זיי נישט גענוג געווען מיט דעם הכשלת הרבים פון שרייבן y אנשטאט Y, לאזן זיי זיך נאך וואויל גיין אויפן חשבון פונעם ציבור!. זיי מאכן א תוספות שבת לויט די גרעסטע מחמירים!.

ס'איז שובבי"ם זאלן זיי אליינס זעך אויסוויינען!, יעדער דארף לענגער האלטן דעם שבת?.

פון די זאלי אפיס הערט מען שרעקליכע באשולדיגונגען איינער אויפן צווייטען ווער עס האט גורם געווען אזאלכע שרעקליכע מכשולות, אלעס פארן מאטיוו פון אני אמלוך, און רבם דקרו!. און דערנאך אויף זיך געברענעגט אזא אומגעהוירע דעמאאללאלרראאזאציע.

די הויכע פענסטער פון די כת המוסרים-רוצחים-אפיקורסים-רשעים-מסרבים לדין האבן שוין ארויסגעשיקט אויף די ביפערס צו זייערע אינגעלאַך פארשידענע נארישע תירוצים אויף די אומדעהערטע עוולה. זיי פראבירן צו בארואיגן די אינגעלאך מיט לעכעריגע תירוצים.

פילע פון די זאליס האבן זיך אפילו צוריקגעהאלטן צו קומען אין שוהן די לעצטע טעג פון גרויס דעעמממאעעלללאזאציע. זיי שעמען זיך פון זיך אליינס נישט וואוסענדיג וואו זיך אהינצוטאהן, זיי נעמען איין חרפות און בושות פאר די y אנשטאט די Y, און די מכשול הרבים פון 6:50..

עלהניסים » 17/1/2005 23:51

שד, גיי נישט ארויס פון גלייכגעוויכט!, דער זמן מוצ"ש איז אסאך מער ניכר ווי די "Y קאנטראווערסיע".

איך האב בכלל נישט פארגעסן איך בין א איזראעלי, איינס ווייל איך האב נישט פארלוירן מיין זכרון ב"ה. צווייטנס דערמאנט מען מיך דא אויף הייד פארק ביי יעדע טריט און שריט אז איך בין ח"ו "נישט" קיין איזראלעי.

ווען די אמעריקאנע זעסט א איזראעלי צייטונג, וועסטו קענען לערנען א שטיקל ברטנורא!. די איינציגע וואס מעג ליינען א איזראעלי צייטונג איז י.ל. יאקאב ווייל ער דארף דאס פאר ביזנעס צוועקן. די זאלסט חלילה נישט אריינבליקן אין "פרעמדע" מקורות וואס קענען דיר אויפדעקן אז הרב שך איז געווען א עקזיטירענדע גאון עולם, און נישט היטלער'ס יועץ.

אויב פארשטייסטו אז די Y קען מען באמערקן, דאן גלויב איך אז א זמן מוצ"ש קען מען נאכקוקען...

נישט אזוי?.

אגב, זעה איך פון דיינע ווערטער אז נעכטן ביזטו געווען ביי א חתונה, ביז שפעט (בערך 4:30). ווער עס פארשטייט נישט וויאזוי איך זעה עס קען מיר אנפרעגן אין אישית.

שדים_טאנץ » 18/1/2005 19:35

עלהניסים, שיין זיך צו באגעגענען מיט א זאלי/טיפש וואס איז אויך א ציוני. בעסער געזאגט, ער טרייט צו עקטן ווי א ציוני.

עפעס האקסטו אין טשייניק וועגן צייטונגען, ברטנורא, הרב שך און היטלער. פיר זאכן וואס קלעבן נישט איינס צו די אנדערע. מען זעט אז דו פרובירסט נעבעך ארויסצואווייזן דיינע קענטעניסן, אבער אנשטאט ווייזטו ארויס דיין טיפשות איין מאל און נאכאמאל.

אגב, עס איז מיר טאקע קיינמאל נישט איינגעפאלן ביז היינט אז ווען אן איזרעלי נעמט אן אמעריקאנער צייטונג אין די הענט, זוכט ער אויף א לוח נאכצוטשעקן אויב דער אמעריקאנער זמן שטימט.

אגב זע איך פון דיינע ווערטער אז דו ביסט ל"ע נישט מיט אלעמען. און ווער עס פארשטייט נישט וויאזוי איך זע עס און וויל מיר אנפרעגן אין תיבה אישית פון וואו איך ווייס עס, איז אויך נישט מיט אלעמען.

באראש » 19/1/2005 04:27

צוביסלעך צוביסלעך גיט עלהניסים ארויס מער דיטעלס איבער עם. וואס אונז ווייס מיר שוין אלע איז אז ער איז א זאלי און אז ער וואינט אין קרית יואל. יעצט ווער מיר געוואר אז ער ארבעט אויך אין באריכט.

האטס געדולד, נאך אביסעל וועט ער אונז אויך לאזען וויסען זיין אמתע נאמען אין זיין פינקטליכע אדרעס.