היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » מצב אנגעצויגן צווישן ויאל משה & בני יואל

מצב אנגעצויגן צווישן ויאל משה & בני יואל

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1250421

באראש » 14/1/2005 04:44

אין די לעצטע וואכן איז די מצב צווישן ויואל משה און בני יואל זייער אנגעצויגן, א ערנסטע קאנפליקט האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי פארטייען.

עס האלט שוין ממש ביי דעם אז די גאנצע "נארדערן אלייענס" האלט פארן צופאלן און די בני יואל סטראשענען אז זיי וועלן ארויסשטעלן אייגענע קאנדידאטען אין די מעיאר וואלן.

די מעשה גייט צוריק נאך פון די גרינדונג פון די מוסדות ויואל משה. די פירערס פון די זאליס אין קרית יואל, מענדל שווימער און ישראל חיים קרויס, האבן געהאלטן אז תיכף נאכדעם וואס מען וועט עפענען די מוסדות, וועט זיך בני יואל פארשפארן און זיך פאראייניגן מיט זיי, און זיי וועלן ווערן בעל הבית אויף די אלע נכסים פון די בני יואל.

אבער די בני יואל חברה זענען פארביסענע שונאים, פאר יעדע זאך וואס איז נאר א ווייטע קאזין מיט א טייטלבוים, און זיי האבן אפגעזאגט די פארלאנגען פון שווימער/קרויס זיך אראפצוזעצן מיט זיי און פארהאנדלען וועגן צוזאמברענגען ביידע מוסדות.

שווימער קרויס און זייערע מיטהעלפערס האבן זיך צוגעקוקט מיט גרויס כעס וויאזוי בני יואל האט הצלחה, און בויעט נייע בנינים און זיי ליידן גרויסע דורכפעלער. קודם האט מען זיי ארויסגעווארפן פין זייער בילדינג אויף לארקין ראוד און ווען זיי האבן געברענגט טרעילערס און עס געלייגט ביי די תיפלה האבן זיך צו ווייניג קינדער איינגעשריבען אז מען זאל קענען אנפילן אלע טרעילערס. אזוי האבן זיי געכאפט איין פראסק נאכן צווייטן.

בקיצור ווען בני יואל האט יעצט אנגעפאנגען צו מאכן זייער דינער קאמפעין פאר זייערע מוסדות, האבן די שפיצערס באשלאסען אז מען גייט זיי נישט געבן קיין געהעריגע קאוורעזש אין די באריכט, נאר פארשטופטע נייעסלעך דא און דארט, כדי אז ס'זאל נישט הייסן אז בני יואל האט ח"ו מער הצלחה ווי ויואל משה.

בני יואל האט געוואלט ווייזן פאר די שווימער/קרויס חברה אז זיי האבן נישט מורא פון זיי, האבן זיי געעפנט א אייגענע אויסגאבע, ספעציעל פאר די דינער וואס זיי שיקן ארום אומזיסט פאר אלע קרית יואלע איינוואוינער. די אויסגאבע גיט זייער גוטע קאווריזש פאר די מוסדות בני יואל, און האט אויך זייער שיינע גרעפיקס און פיקטשערס פון די בנינים. אויך האבן די בני יואל אויפגעהערט צו געבן עדס פאר די באריכט.

הכלל, די שפיצערס האבן זיך געכאפט אז ס'איז צרות און זיי פארלירן אזא גוטע קאסטאמער (ווייל ווייניג אנדערע עדס זענען דאך באצאלט) זענען זיי די וואך געקומען צו די בני יואל מיט א אפפער, זיי זענען מסכים צו מעלדן די דינער פון בני יואל, וואס גייט פארקומען קומענדיגע וואך זונטיג אויף די פראנט פעיזש, אבער מיט איין תנאי אז בני יואל הערט אויף ארויסצוגעבן די אייגענע אויסגאבע און גיט פאר זיי עדס.

מען האט אנגעגרייט א שיינע פלאץ פאר די בני יואל אונטן אויף די פראנט זייט, אבער דעמאלץ איז געקומען די ענטפער פון די בני יואל בלא, "אונז פארשפאר מיר נישט אונזער צייטונג און אונז לייג מיר נישט אריין קיין עדס אין באריכט. אויב ווילט עטס קענט עטס אונז געבן קאוורידזש און אויב ווילט עטס נישט איז נישט."

די שפיצערס זענען געווען שטארק באליידיגט און אלס נקמה האבן זיי אויף יענע פלאץ אשטאטס די דינער פון בני יואל געשריבן איבער א דינער פון ויואל משה וואס גייט ערשט פארקומען אפאר וואכן ארום אין בארא פארק. אויך האבען זיי אריינגעשטיפט די נייעס פין די בני יואל טיף אינעווייניג און זיי געגעבן גאר א נארישע פלאץ. אויך האב זיי אריינגעלייגט איין פארשטופטע בלעק ענד ווייט עד, אז סזאל נישט הייסן אז די בני יואל בויקאטורט זיי.

יעצט האלט עס שוין אזוי ווייט אז זלמן לייב וואלדמאן האט געסטראשעט אז ער וועט נישט געבן די דעמאקראטישע טיקעט פאר די קאנדידאטען וואס די שווימערס ווילען ארויסשטעלן און וועט ארויסשטעלען אייגענע קאנדידאטען.

די שווימער חברה ווייסן אבער אז אויב פארלירן זיי די בני יואל זענען זיי פארטיג ווייל זיי אליינס האבן קוים מענטשן אין קרית יואל אין וועגן דעם קומט יעצט פאר ערנסטע זיצינגען צווישן די צוויי פארטייען ווי מען פראבירט אויסצוגלייכן די מצב. פרטים יבואו.

באראש » 14/1/2005 04:48

די פראנט פעידזש פון די באריכט די וואך ווי מען האט ארויסגעשטופט די נייעס פון די דינער פון בני יואל וואס גייט פארקומען נעקסטע וואך און אנשטאטס געלייגט די נייעס פון די דינער פון ויואל משה וואס גייט פארקומען אפאר וואכן ארום אין בארא פארק

תוקן על ידי - באראש - 14/01/2005 5:03:53
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 14/1/2005 04:49

די עקסטערע אויסגאבע וואס בני יואל גיט ארויס, צו ווייזן אז זיי קענען אליינס און דארפן נישט די טובות פון די שווימערס

תוקן על ידי - באראש - 14/01/2005 4:52:43
[בילד – נישט אפגעהיט]

יהופיץ » 14/1/2005 09:43

מי מנהיג את בני יואל? יש להם אב"ד משל עצמם?

משהבערבעק » 14/1/2005 16:05

איר קענט דעם ניגון?

שלום שלום, צווישן אידן...
שלום ושלוה אין זיין צופרידן...

קריתיואלער » 14/1/2005 18:33

זיי האבן נישט "איין" רב. יעדער איינער פון זיי איז א רב און יעדער צווייטער פון זיי האט א שול.

ס'איז פונקט ווי די קללה פון אליהו הנביא פאר די מענטשן פון יענע שטאט אז זיי זאלן אלע זיין רבנים.

שדים_טאנץ » 14/1/2005 18:52

הייסט דאס נייטראל?

איך זע אז האלב פון די פראנט פעידזש איז וועגן זאלי און זיינע מוסדות. קיין ווארט רעדן זיי נישט פון די אנדערע קהלות ווי בני יואל, טאהש, ספינקע, תולדות אהרן א.א.וו.

אגב, וואס איז די נייעס וואס איך זע אויבן פון די צייטונג איבער א נייע שאפינג מאל וואס גייט זיך עפענען? קען איינער אריינלייגן די ווערטער אין גרויס אז די וויליאמסבורגער אידן זאלן אויך קענען ליינען וואס דארט שטייט?

משהבערבעק » 16/1/2005 17:50

שדים_טאנץ, עס קאסט מיר א שמייכעל.

קענסט דעם אויסדריק: מען חזר'ט אזויפיל מאל דעם ליגענט ביז מען גלייבט עס שוין!

האסט א קשיא:דאס הייסט "נייטראל"?

מען האט אין אונז ממש "איינגעפרעגעלט" אז דאס איז "נייטראל"... אזש עס שטעלט זיך אויף אונזערע האר פון קאפ ווען מיר זעהן אז ס'איז נישט פונקט אזוי...

קרית_יואל » 16/1/2005 19:24

פרייטס אייך אידעלעך.
אבי די אהרונים האבן מיט וואס צו זיין בשמחה.
כאטש עס איז חיי שעה, ווייל באלד וועלן זיי געוואויר ווערן אז די שמחה האט זיך בכלל נישט אנגעהויבן...

גוטזאגער » 23/2/2005 03:54

דע וואך מוצשב"ק תצוה איז געווען און ווילי דער בני יואל דינער, אבער אין זאלי ראדני-לאנד (דערווייל) , האט מען נישט געלאזט אויסרופן דעם בני יואל דינער ,ווייל די זאליס האבען נישט אויסגעהאלטן אז בני יואל מאכט שוין א פעסטען דינער אין א חתונה האל (קאנטינענטעל) אין ווילי, בשעת זיי נעבעך האבן נאר גאמאכט אין א שבע ברכות האל (רענעסענס) אין בארא פארק

פירוד ל***** נאה *** ונאה לעולם