לעצטנס בין איך געווען אין ארץ ישראל האב איך געזען אויפגעהאנגען צעטלעך אין די גאסן פון א נייע טעיפ "אספרה" וואס איז ארויסגעקומען פון איינעם סיני.
איך טראכט צו מיך, א פרישע זינגער אויפגעקומען.
איין נאכט בין איך געווען ביי א שמחה הער איך וויאזוי צוויי מענטשן רעדן פון איינעם א זינגער וואס הייס סיני, ער זינגט אויף גרויסע פלעצער און אויך אויף די פרומע רעדיא.
איך טראכט צו מיך, א געשעפט האב איך.
צוויי טעג שפעטער גיי איך אין גאס און פלוצלינג זע איך איינעם. איך האב עם תיכף דערקענט. סאיז געווען... סיני, סיני מעודא וועם איך קען פון אלס קליין יונגל, ווייל ער האט אלעמאל געוואוינט דא אין קרית יואל, אבער יעצט האט ער אויסגעקוקט סאך בעסער ווי ווען איך האב עם די לעצטע מאל געזען.
ווען סיני, א תימנע יונגל, איז געקומען קיין קרית יואל מיט ארום 15-16 יאר צוריק האט ער קוים געקענט רעדן יודיש, אבער ער איז געווען זייער קלוג און אזוי האט ער זיך שנעל אויסגעלערנט די שפראך און אויך האט ער זיך שנעל צוגעוואוינט צו די אמעריקאנע לעבן.
עניוועי, איך געב עם שלום עליכם און מיר לאזן זיך ארויס אין א ווארימע שמיס. פלוצלינג כאפ איך מיך וואס איך האב געהערט וועגן סיני און איך פרעג אים, העי, ביסטו אפשר דער סיני פון וועם איך האב געהערט רעדן? ער זאגט מיר אז יא און געט מיר א טעיפ. איך זאג עם א ישר כח. איך בין געווען שאקד אז פון דער קליינע קרית יואלע סיני וואס איך האב געקענט איז אויסגעוואקסן א גרויסע זינגער.
איך גלייך נישט אזוי קיין תימנע ניגונים און וועגן דעם האב איך מיך נישט געיאגט עס צו הערן אבער ווען איך בין צוריקגעקומען אהיים קיין אמעריקע צינד איך אן די טעיפ און איך בין געווען שאקד צו הערן אז ער זינגט אין א אשכניזישע (נישט דוקא חסידישע) עקסענט, אשכנזישע סטייל ניגונים, הערליכע ניגונים. איין ניגון האט אפילו געמאכט ליפא שמעלצער.
די טעיפ גייט אנקומען קיין אמעריקע די קומענדיגע פאר וואכן און איך רעקאמענד פאר יעדן עס צו קויפן. איר וועט הנאה האבן.