היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » שרעקליכע בזיון המת אין מאנסי!

שרעקליכע בזיון המת אין מאנסי!

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1249066

חילול_השם » 12/1/2005 20:00

נעכטן איז אוועק נעבעך א יונג ווייבל אין מאנסי נאכן זיך מוטשענען 6 יאהר מיט די ביטערע מחלה, און די לויה האט זיך פארצויגן ביז שפעט, מען איז אנגעקומען אין וויזניצער בית החיים 11:55. די תקנה פון בית החיים איז אז מען טאר נישט באערדיגןנאך 12 אזייגער, און וויבאלד די מטה איז אנגעקומען 11:55 האט מען צוריקגעשיקט די מטה, די מלוים, די רבנים, די יתומים און די אבלים!
א חרפה און א בושה! לא נשמע כזאת בישראל! איך מיין אז פאר כבוד המת האבן די חכמים געמאכט מער תקנות אויף וועלכע מען דארף זיך מוסר נפש זיין מער ווי אויף נישט האבן א פאבליק סקול אדער נישט צו ליינען דעם בלאט
שומו שמים!
איך האב עס געהערט פון איינעם פון די מלוים וואס איז געווען דארט מיט א חשוב'ער רב פון מאנסי, און דער גאנצער עולם-גולם האט זיך צוריקגעדרייט פון וואו זיי זענען געקומען!

תוקן על ידי - חילול_השם - 12/01/2005 20:02:30

דער_באריכט » 13/1/2005 19:44

חילול השם,
ס'איז נישט פונקט ווי דו זאגסט, הער צו, די מאנסי'ער בית החיים איז א "שטאטישע" און אין א שטאטישע ביה"ח איז דא א געזעץ אז נאך 12:00 am קען מען נישט מקבר זיין. [איך מיין אז די ביה"ח אין NJ האט די זעלבע געזעץ]

אין קרית יואל אדער אין סקווירא קען מען יא באערדיגן ווען מען דארף, ווייל עס איז אין "פריוואטע הענד" און ווערט נישט אנגעפירט דורכן שטאט.

יהי רצון שלא נשמע עוד שוד ושבר בגבולינו, אמן.

גאסט » 13/1/2005 20:29


איז די וויזניצער ביה"ח נישט אין כתר ווילידזש?

דער_באריכט » 13/1/2005 22:10

ניין!

קרית_יואל » 14/1/2005 02:08

דאס איז איינס פון די אויפטוען פון גאב"ד קעי.דזשעי. אז מען קען באגראבן דעם צווייטן 24 שעה אין טאג...

KJAlliance » 14/1/2005 19:26

מיינסט נישט מודה צו זיין

אז די בית החיים, איז "פאקטיש" אונטער די בעלות פון קרית יואלער רב שליט"א

mechel19 » 14/1/2005 19:41

איך קען שוין קאם ווארטן אויף שלש סעודות ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א וועט מן הסתם ארויס קומען מיט א געוואלדיגע מחאה כדרכו בקודש, דער רבי שליט"א ווען ער זעט א עוולה איז ער כסדר תו"מ מוחה מיט די הארבסטע לשונות, און דא א וודאי ווען דער נידון איז א שרעקליכע בזיון המת וועט ער א וודאי נישט נושא פניםזייןץ

ער וועט נישט אן נעמען די נארישע טענה אז דער בית החיים איז תחת בעלות די שטאט און די שטאט לאזט נישט, ווייל איך געדענק ביי דעם סקול דיסטריקט מיט דעם ענין פון מזוזות איז ער אויך שארף ארויס געקומען מיט א קול מחאה און נישט אנגענומען די טענה אז דאס איז תחת בעלת הגאווערמענט,

דער_באריכט » 16/1/2005 17:41

לגבי "מאטעלע'ס" מחאה, בין איך אינגאנצן צומישט.

פונקט א יאר צוריק, האט ער גע'אסר'ט "דעם בלאט" ווייל... עפעס די ווארט "בלהטיהם" האט אביסל פון די אותיות פון "בלאט"...

איך וואלט עס ווען נאך היינט אויך נישט פארשטאנען, ווען נישט איך קוק אביסל "דער איד", און "דער איד" איז מסביר יעדע זאך אזוי קלאר אז מען קען משוגע ווערן... איר געדענקט "דירעקט" אפס... "אומדירעקט"!

עס וואונדערט מיר, ווי אזוי "דער בלאט" כאפט נישט ווי אזוי צוציען ליינערס...!

שמחהלע » 16/1/2005 17:59

אויף אן ערלעכען איד, און נאכדערצי א מנהיג פון א ציבור גדול חסידים ואנשי מעשה, קומט לפחות צו שרייבען ר' פאר זיין נאמען !!!

איך האף אז ס'איז נאר גוועהן א טעות פונעם שרייבער