היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » קען דא איינער QUICKBOOKS ?

קען דא איינער QUICKBOOKS ?

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1248227

שמעק_טאביק » 12/1/2005 02:47

איך האב עטליכע שאלות צו פרעגן פון QUICKBOOKS. קען איך דא פרעגן פון איינעם אדער קען איך נאר רעדן צום וואנט? ס'איז מיר א שאד צו טייפן מיינע שאלות פאר די 4 ווענט. אויב איינער קען מיר ענטפערן, וועל איך זיך אנשטרענגען (נישט איבערשטרענגען) צו טייפן מיינע שוועריגקייטן.

טאגליכט » 12/1/2005 03:06

יא וואס איז דיין פראגע?

ליכטיג » 12/1/2005 04:13

מיין שאלה איז אז איך האב QUICKIN אויב עס לוינט זיך אריבער צו גיין צו QUICKBOOKS
אין וואס זענען די עיקר מעלות.

פומבדיתא » 12/1/2005 04:59

אויף וואס ניצטו ביזדערווייל קוויקען?
וואס קענסטו אלס טהון מיט קוויקען?
און וואס נישט?
און פארוואס ווילסטו אריבער צו קוויקבוקס?

ליכטיג » 12/1/2005 05:01

איך פיר מיינע ביכער אויף QUICKIN
דאס איז טאקע מיין שאלה וואס איז QUICKBOOKS בעסער.?

באראפארקער » 12/1/2005 05:51

האסט געגעבען א שמעק טאבאק און עס איז דיר ליכטיג געווארען?

קוויקבאקס האט אסאך מעלות איבער קוויקען, קוויקען איז געמאכט צו פירען חשבונות אינדערהיים נישט פאר קיין געשעפט, אויב די וועסט שרייבען וואס די דארפסט וועלען מיר דיך פרובירען צו העלפען דורך זאגען אויב קוויקבאקס טוט דאס וואס די דארפסט.

שמעק_טאביק » 12/1/2005 06:01

איך האב קיינמאל נישט געארבעט אויף QUICKEN ממילא ווייס איך נישט גענוי וואס דאס איז. איך האב אלץ געמיינט אז דאס איז פאר פערסאנעל פינאנץ, איך האב נישט געוואוסט אז מ'קען פירן קליינע ביזנעסעס מיט דעם, ווי עס קוקט אויס פון דיינע ווערטער. לויט מיינע ידיעות, האב מען שטענדיג קאמפערט (צוגעגליכן בלע"ז) QUICKEN צו MICROSOFT MONEY און נישט צו קוויק-בוקס.

איך וועל שרייבן מיינע קשיות אין קורצן. איך בין נאך א היבשער "מן הארץ" אין QUICKBOOKS, איך ארבעט דערויף סך הכל פון עטליכע חדשים און נאר די ארבייט וואס מען האט מיר אויסגעלערנט (איך האב איבערגעונמען א צווייטן).

איך נוץ זייער אפט QUICK REPORT, ד.ה. איך מאך א רייט-קליק אויף א קאסטומער, און איך קען זעהן א רשימה פון אלע זיינע טרענזעקשאנס פון די DATE וואס איך באשטים ביז היינט (אדער ביז ווען איך וויל). ביי דעם פרט האב איך עטליכע קשיות:

1) די INVOICE און די PAYMENTS קוקן ביידע אויס זייער אייניג, אין אנדערע רעפארטס קומען די פעימענטס און קרעדיטס (נעגעטיוו נאמבערס) אין רויט מיט א מיינוס סיין. איז דאס מעגליך צו מאכן אין דעם קוויק-רעפארט? (א שאד איך האב נישט די אלע פיטשעווקעס וואס איך האב דא אין הייד פארק, מ'קען מאכן וועלכע קאליר מען וויל און ווי מענטשעלעך טאנצן!)

2) עס קומט ארויס בערך 10 קאלומס, די אינוואויס נומער, דעיט, מעסעדזש (מעמא), וועלכע באנק אקאונט די טרענזעקשאן איז אריין, וכו'. למעשה וויל איך נישט האבן אלע קאלומס, נאר 4 אדער 5 פון דעם, און איך וויל אויך עדזשאסטן די ברייטקייט פון יעדע קאלום אנדערש ווי ער וויל, אבער יעדע מאל טוט ער נאכאמאל דאס זעלבע. צי קען איך אים דערלערנען ONCE FOR ALL אז ער זאל טון וואס מ'הייסט אים? MEMORIZE REPORT טוט נישט דאס.

3) איך נוץ QUICKBOOKS PRO 2002, איך טראכט צו קויפן די נייע פון 2005 וואס איז לעצטנס ארויסגעקומען, צוליב די פאלגענדע אורזאכן: מ'קען בעסער אויסשטעלן פארומס (אינוואויסעס, קרעדיט מעמאס, סטעיטמענטס, וכדו'); אויך לויט ווי זיי שרייבן, קען מען בעסער מענעדזשן די פעימענטס און קרעדיטס. אויף 2002 האב איך אסאך פראבלעמען, בפרט ווען איך מאך א "קאלעקשאן רעפארט", קומען מיר ארויף פילע קאסטומערס וואס האבן שוין א 0 באלאנס, וויבאלד זיי האבן ערגעץ א קרעדיט וכדו'. בקיצור, 2002 פארלאנגט אז יעדער חוב זאל האבן א פונקטליכער חשבון ביים באצאלן. ד.ה. למשל ווען א קאסטומער קויפט עפעס פאר 100 דאלער היינט, און נעקסטע וואך פאר 150 דאלער, מוז ער באצאלן אדער $250 אויף איינמאל, אדער עקסטערע 100 און 150 דאלאר - אז נישט - למשל ער צאלט קודם 75 און נאכדעם 175 - ווערט דער QUICKBOOKS צומישט! איך מוז גיין בכבודי ובעצמי און אים אנטייטלען, קוק אהער, די געלט גייט אהער און דאס גייט אהין... כולי האי ואולי וועט עס העלפן!

בקיצור, עס איז מיר שווער ארויסצושרייבן אלע פראבלעמען. איך וועל מוזן גיין צו די קורסן פון UJO... קען מען זיך דארטן עפעס אויסלערנען? איז עס בעסער פון די 5-שעה קלאס וואס מ'לערנט זיך איידער מ'נעמט לייסענס?

פומבדיתא » 12/1/2005 06:41

1) אנשטאט קוויקרעפארט נוץ רעדזשיסטער (רייט קליק יוז רעגיסטער) ביי די לינקע זייט אונטען ביי די אפשע 1-line מאך א טשעק, וועט אויסקומען די פעימענטס און איוואיסעס אין צוויי קאלומס, אזוי אויך וועט די קרעדיטס זיין אין א רויט קאלער

2) לויט דיינע קוועשאנס זעהט מען אז די האסט נאך טאקע א גאנץ קנאפע אנונג אין קוויקבוקס אין און בוקקיפינג בכלל, בעסער גיי נעמען לעסאנס ווי פריער פאר דיין בעל הבית וועט דיר פייערן

קרינסקי » 14/1/2005 02:03

ווי לאנג נעמט א קורס אויף QUICKBOOKS?

איך וואלט עס געקענט נוצען פאר פערזענליכער געברויך.

טאגליכט » 16/1/2005 20:44

ווייסט איינער וויאזוי מ'קען שרייבן אויף קוויקבוקס אין אידישע אויתיות ווייל ווער איך שרייב אריין א אידישע אות קומט מיר ארויס ??????. קען מיר איינער העלפן?ץ

עפשטיין » 16/1/2005 21:03

די נייערע מהדורות פון קוויקבוק'ס פארשטייען נישט קיין לשון קודש.

איך בין שוין געזיצען מיט אינטועט און מייקראסאפט אויפן טעלעפאן שעות, אבער קיין עצה איז דערווייל נאך נישט דא.

טאגליכט » 16/1/2005 21:14

ווייסט איינער אפשר א פיינענשל פראגראם וואס מקען דארטן שרייבן איף לשה"ק פרינטן טשעקס מאכן אינוואוזעס וכדו' וואס זאל רעפלעסן קוויק בוקס

אינגערמאן » 16/1/2005 21:16

מען דארף אינעיבלן היברו ביי די אדווענסד אפשען פון רידשענעל סעטינגס, ארבייט יא אידיש.

עפשטיין » 16/1/2005 21:38

אינגערמאן
וועלעכע יאר האסטו ואס דו האסט געקענט אינעבלען היברו?

טאגליכט
דערווייל זיך איך נאך אליין, איך מוז מאכען די אינוואיסעס אויף ענגליש.

טאגליכט » 16/1/2005 21:47

אן אינטערסאנטע פאל האב איך געהאט אפאר וואכן צורוק איך האב געגעבן פאר א אינגערמאן א טשעק אין איך האב ארויפגעלייגט זיין נאמען אויך אידיש ביי מעמא אין קוויקבוקס פארשטייט זיך האט עס געפרינט כזה ?????????????? שוין, דער אינגערמאן האט בשום אופן נישט געוואלט נעמען די טשעק ווייל ווער ווייסט וואס איך האב דארטן סינגאלירט די באנק מיט די קוועשטאן מארקס

אינגערמאן » 17/1/2005 02:10

2003 PRO מיט XP

אויף טשעקס און פעימענטס קען זיין ס'ארבייט נישט, אבער אין אינוואויסעס באשטימט אז יא

תוקן על ידי - אינגערמאן - 17/01/2005 2:11:40