היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ליינער רעאגירן אויף צייטונגען וארא

ליינער רעאגירן אויף צייטונגען וארא

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1247601

עלהניסים » 11/1/2005 16:30


אביסל הערות אויף דער בלאט די וואך.

1) אויף די ערשטע בלאט איז די הויפט נייעס "לאגערן ווערן אויפגעשטעלט אין אזיאטישע לענדער פאר מיליאנען היימלאזע פון צונאמי פארפלייצונג" .

איינער וואס געפינט וואו אין דער בלאט (חוץ דער קעפל) עס ווערט גערעדט פון די לאגערן וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן באקומען פון מיר א האלב מיליאן דאלאר....

2) אויפן צווייטן זייט שטייט אז מען בענטשט ר"ח שבט, די ווארט שבט איז נישט געפינטעלט, און די "אלעוועלטליכן ארטאדאקסישע אידנטוהם" האט זיך ממש נישט געקענט א עצה געבן די וואך וויאַזוי מען זאָגט שבַט אָדער שבָט....

3) עמו' 12: וועד להצלת בתי עלמין באייראפע מעלדט, וכו'.

ווער מעלדט?, איר קענט עס נאכאמאהל איבערזאגן?, דער איד צו די וועד להצלת בתי עלמין?.

4) עמוד 136: איזראעלע בירגער "פייערן " נייעם יאר אויף בלוט פון אומגעקומענע פונעם צונאמי.

י.ל. יאקאב, עס איז נישטא ווער עס זאל לאכן פון דיינע בויך קרעמפן. דיר באדערט עפעס אינערליך, און לכבוד דעם רעדסטו נישט צום זאַך.

5) עמוד 150: די צווייטע בילד פון אויבן איז א מיאוסע בילד.

אה, אנטשולדיגט, טעות לעולם חוזר.

6) עמו' 21 די ארטיקל פון "דער אויבערשטער ווינקט אונז" בין איך 99.9% אז KJALLIANCE האט דאס געשריבן.

פון ווי איך נעם דאס?, פון די פינטעלעך............
.................................................

KJALLIANCE ביטע ענטפער מיר, האב איך גוט משער געווען?.

(אגב, איז מיר דאס באשטעטיגט געווארן אויך פון אנדערע קוועלער).

פייפ_ליין » 11/1/2005 17:45

על הניסים
אונז זענען געווען זיכער אז ביז דינסטיג וועסטו טרעפן עפעס בעסערס,
קיין איינס פון דיינע תגובות זענען נישט ווערט מען זאל מגיב זיין דערויף

עלהניסים » 11/1/2005 18:04

און נאך א גרויסע חכמה פון י.ל. יאקאב:

עמו' 15: יהדות התורה פארשטייער וויל צעטיילן דעם שבת אין צוויי . אינעם נייעס גופא ברענט אים די מוראדיגע חילול שבת פון די דגל התורה, ער שרייבט:

היתכן ווער גיבט אים דעם רשות הדיבור צו צערייסן דעם שבת אין צוויי און נאכצוגעבן צו עפענען אלע טעאטערס, רעסטוראנטן, מוזעאום'ס און אנדערע אויסגעלאסענע ערטער, און דאס אלעס זאל נאך זיין מיט'ן צושטימונג און גוטהייסונג פון פרומע אידן. ע"כ.

איך וואלט פארגעשלאגן פאר י.ל. יאקאב דאס קומעדיגע מאל ווען ער האט טענות צו שרייבן זיין פארשלאג, אדרבה זאג וואס די לייגסט פאר!. דיין געוויסן פרעסט דיך פארוואס משה גפני קימערט זיך מיט דיינע בלאט שוועבאלעך ווי דיין באבעס שטערן-טיכל, דעריבער מוזטו שרייבן ווען די קענסט?, אדרבה! זאג וואס דען מען זאל טוהן!.

אבער, מיט געדולד. ליינט אביסל ווייטער וועט איר זעהן מיט וואספארא מרה שחורהדיגע פליפ-לאפ מען האנדעלט דא:

מיט וויטאג האבן אידן געזאגט, אז דעם ערשטן טייל וואס די פרומע האבן נאכגעגעבן האבן שוין די פרייע זיכער אנגענומען... איצט ערווארט מען אז די פרייע זאלן אננעמען דעם צווייטן טייל האפנדיג אז ביז משיח'ס טאג וועט דאס זיכער אנקומען.

י.ל.!, האסט פארגעסן וואס די האסט א מינוט צוריק געשריבן?, האסטאך געשריבן אז עס איז א געפערליכע זאך צו צעטיילן דעם שבת, אלזא פארוואס ערווארטן "אידן" אז זיי זאלן אננעמען די צווייטע טייל?.

אבער די לעצטע שורה פארענטפערט אלעס:

איצט ערווארט מען אז די פרייע זאלן אננעמען דעם צווייטן טייל האפנדיג אז ביז משיח'ס טאג וועט דאס זיכער אנקומען.

יא יא, הוא אשר דיברנו, דאס וואס באדערט דיר, אז משה גפני רעדט און טוט אויף גדולות ונצורות, און קימערט זיך נישט מיט די מהלך המחשבה פון י.ל. יאקאב. די פארגינסט נישט אז זיינע הצעות זאלן ווערן אנגענומען.

אלזא, מיט אפעטיט, עס דיך דאס געזונט!

זשוליאני08 » 11/1/2005 19:14

על הניסים, דו האלטסט אז יעצט וועלן מיר זיך שוין אמת'דיג איינרעדן אז דו ביסט נישט א סאטמערער?

האסט פארגעסן איין זאך. לויט דיין ערשטע אויטאבייאגרעף ליינסטו קיינמאל נישט דער בלאט. האסט עס נאר איין וואך פערצופאל געליינט. אבער די לעצטע פאר וואכן הערסטו נישט אויף צו שעלטן און שימפן אויף זאכן וואס דו האסט געליינט אין דער בלאט.

בקיצור ווילסטו אונז איינמאל פאר אלעמאל געבן א פונקטליכע ערקלערונג ווער דו ביסט און וואס פונקטליך דו ווילסט?

report4u » 12/1/2005 02:55

ער שמעקט פון טלית בייטעל והמבין יבין.

natrul » 13/1/2005 02:32

me too

עלהניסים » 13/1/2005 03:47

וואס איז דאס טלית בייטעל?, אפשר נאך א ניק?.

אוי וויי, איך האלט שוין אויף אזא מצב אז מען דארף יעדע פאר טעג צולייגן נאך א נאמען פאר מיר?.

מען האט שוין איינמאהל געזינגען, אבער עס שאדט נישט נאכאמאהל....


ואומר לאָאָאָאָאָאָך בדמיך חיי, בדמיך חייך, בדמאַאַאַאַיך חיי. ונעעעימאַאַר....

פומבדיתא » 13/1/2005 04:44

עלהניסים
זיי אזוי גיט און זיי מסביר וואס איז פשט פון דער ניגון.
יישר כוחכם