ברעיקנג נוס: אלייענס קאנדידאטן באשטימט!
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1247088
ס'גייען ארום קלאנגען אז די אלייענס האבן שוין באשטימט קאנדידאטן פאר די קומענדיגע מעיאר וואלן.
איינער קען עס באשטעטיגן?
יא, געהערט דערפון.
זיי פלאנען א נייטראלע "אחדות" טיקעט. דהיינו דריי נייטראלע קאנדידאטן. זייער נייטראלקייט ליגט אין דעם אז אלע דריי האבן אייניג פיינט קרית יואל'ער רב...
יודעלע כהנא וועט לויפן פאר מעיאר
יעקב יואל באנדא פאר טראסטי
פינקוס יאקאבאוויטש פון די זקני תלמידי וחסידי רביה"ק, פאר טראסטי
וואס איז פשט פון אחדות טיקעט?
אחדות זאגט מען ווען צוויי פארטייען פאראייניגן זיך, למשל ווי מען זעט יעצט אין ארץ ישראל וואו די רעכטע און די לינקע האבן זיך פאראייניגט.
אבער אין קרית יואל? אחדות?
אדרבא לאמיר זען, וואו באלאנגען די דריי קאנדידאטן?
יודעלע כהנא איז א זאלי
יעקב יואל באנדא איז א זאלי
פנחס'ל יאקאבאוויטש, (אנטשולדיג, כ'האב געמיינט צו שרייבן ערעב פנחס) איז שוין געווען א זאלי ביים רבי'ן זכרונו לברכה'ס צייטן.
ס'איז א בחינה פון מדין ומדין עשו שלום...
זיי זענען אייניג ביי די מיינונג אז זיי גייען געווינען אומדירעקט!
לאמיר אלע זינגען אינאיינעם:
א יודעלע, אוי יודעלע,
לויף נאר, לויף נאר יודעלע
א יודעלע, אוי יודעלע,
לויף נאר, לויף נאר יודעלע
זענען זיי שוין אמאל געלאפן פאר א פאליטישע פארמעסט?
אויב שוין זינגען, זאל זיין:
וכל קרני רשעים...!
כי אתה תברך צדיק... דער אייבירשטער זאל העלפן און געבן...!
גולם. אלע דריי האבן עקספיריענס.
יודעלע קאהאן האט עקספיריענס.
ער האט ארויסגעבעקט ווי א טשיקן פאראיאר און נישט געלאפן פאר ריעלעקשאן אלס ווילידזש טראסטי, ווייל ער האט געוואוסט אז ער האט נישט קיין טשענס אין העל צו געווינען. פארוואס ער לויפט היי יאר נאכאמאל ווייסט איין באשעפער.
יעקב יואל באנדא האט אויך עפעס עקספיריענס. ער האט פאר א שטיק צייט געטרייט זיך אריינצומישן אין די מעיאר וואלן פון 01', אבער דעמאלץ האט אנגעפאנגען צו קומען אויף די פאסט אביסעלע אינפארמאציע איבער זיינע מעשים טובים און ער האט שנעל ארויסגעבעקט און זיך אפגעטראגן.
פנחס יאקאבאוויטש לויפט נישט דירעקט אלס עקספיריענס. ער לויפט ווייל מען דארף האבן א תלמיד פון רבי'ן ז"ל אויפ'ן טיקעט, ווי די אלייענס טענה'ט אלעמאל אז מען קען נישט לאזן קיין יונגע ראצערס פירן די זאך. מיט זיין הערליכן הדרת פנים און בן שמונים צורה וועט ער זיכער מאכן גאר א געהויבענעם רושם אויף די אלייעניס טיקעט און ווייזן פאר יעדן אז מען קען נישט לאזן די "יונגע ווילידזש אקטיוויסטן" (גענומען פון א דרשה פון פיני יאקאבאוויטש פאר די פאריגע וואלן אין שארמאשער בית המדרש) פירן די זאך.
תוקן על ידי - קריתיואלער - 14/01/2005 2:50:16
באראש האסט עפעס דאקומענטן פון די פאריגע וואלן, פון כהנא, באנדא און יאקאבאוויטש. אויב יא לייג עס ביטע ארויף דא פאר'ן עולם.
כמיין איך האב עפעס אין בוידעם, איך וועל עס באלד אויפזוכן, אויב טרעף איך עפעס וועליך עס דא ארויפלייגן
באראש, זיי דיך נישט מטריח, לאז זיי ארויפשטעלן דאקומענטן, זיי מאכן זייער א "קיוט" JOB...
דארפסט פארשטיין, היי יאר איז דא 2 אדר'ס....
טרא לא לא לא קיש קיש...
פנחס יאקאבאוויטש איז שוין 80 יאר?
טעכניש איז ער נאך אונטער 30, אבער ער טענה'ט שטענדיג אז ווען דער רבי זי"ע האט געזאגט "ווען זיי וואלטן זיך נישט געשעמט וואלטן זיי געזאגט אז זיי זענען נאך אפילו עלטער פון מיר" האט מען אים געמיינט...
איך האב געהערט לעצטענס א שמועה, אז די אלייענס קלערט אריין, צו מ'זאל ארויסשטעלן "גוים" קאנדידאטן פאר מעיאר און טראסטיס.
מוועט זאגן פארן עולם ,אז אזוי וועט זיין מער יושר אין ווילידזש ,ווייל דער גוי האט אייניג ליב אלע פארטייען,און ביים קאמפיין וועט "ווידער" נישט מעגן קאמפיינען קעגן זיי וועגן "התגרות באומות".
וואס ווען מיילעך טוען וועגען יעקב יואל ?
טשענעל 4 האט געהאט דעם זונטאג ווי ער ................ מיט גויטעס
זיי האבן אראפגעטעפט גאנץ 47 דיימאנדס אינדאסטרי א שעה צייט ווי אויך י"י [אלץ פרעזידענט] און א בילד מיט נשים
נו אויב אזוי איז ער דאך דער פאסיגער קאנדידאט פאר די אלייענס...
פארוואס פארשעמט מען א איד פאר גארנישט,
האסט דען עפעס א לינק צו באשטעטיגן דיין מעשה.