היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » הייסע נייעס:מעדיק זאגט עדות גרענד דזשורי

הייסע נייעס:מעדיק זאגט עדות גרענד דזשורי

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1246788

באראש » 10/1/2005 20:23

א פאראמעדיק פון חברה הצלה וואס האט באהאנדלט דעם רבין שליט"א די לעצטע פאר יאר, האט היינט אויפגעטרעטן פאר די גרענד דזשארי, וואס פארשט די פרשה פון די פיר רוצחים, און עדות געזאגט איבער דעם מצב פון רבין. הערנדיג וואס עס גייט ליידער פאר, האט די גרענד דזשורי ארויסגעווארפן ביידע בריוון, סיי וואס זלמן לייב האט געברענגט און אויך וואס יאסי בראך האט געברענגט. זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן מער נישט עקסעפטן קיין שום בריוו פון רבין.

yosefelye » 10/1/2005 21:09

באראש, ווי אזוי ווייסטו וואס עס טיט זיך ביי די גרענד דזשורי, לויט ווי איך ווייס איז די גרענד דזשארי טעסטימאני, איבערהויפט וואס זיי נעמען יא אן צו נישט זייער שטרענג Confidential

מקוה_איד » 10/1/2005 21:51

ווער האט גערופן די וויטנעס, די פראסעקיוטערס אדער די דיפענס?

אגב, פאר די ווייסן נישט, די גרענד-דשורי איז נאר אן הקדמה צו די טרייעל. מען איז נאר דן צו סיז בכלל דא א יסוד אויף וואס צו אנקלאגן, א דשורי פון 12 רעקאמענדירן צו די אנגעקלאגטע זאלן שטיין פאר טרייעל צו נישט, דאס מיינט בכלל נישט אז זיי זענען שולדיג.

ביי די גרענד דשורי דארפן די פראסעקיוטערס נישט צופיל אויפווייזן, זיי ברויכן נאר אויפווייזן אז ס'האל בכלל פאסירט א קרימינאלע אקט אין סיז דא א מציאות אז די דיפענדענטס האבן עס געטאן, דאס אלעס, נאכמער די פראסעקיוטערס געבן במכוון נישט ארויס אלע זייערע באווייזן ביים גרענד דשורי זיי לאזן עס איבער פארן טרייעל.

יעצט, אויב די גרענד דשורי רעקאמענדירט א טרייעל, מיינט נאך נישט אז זיי זענען שולדיג, 75% פון גרענד דשוריס גייען צו טרייעל, און ס'האט נישט קיין שום פשט אז די אהרונים זאלן זיך פרייען, כאטשיג איך ווייס אז "דער בלאט" וועט יא מאכן א לענגס און א ברייטס, אבער ס'מיינט גארנישט.

ווידער אויב די גרענד דשורי ווארפט עס ארויס וועט עס זיין א שרעקליכע פאטש פאר יאסי בראך און ל. ט., אז זיי האבן געכאפט מכות אכזריות, און מיטאמאל דארפן די שלעגערס שטיין פאר טרייעל.

ונחי' ונראה...

yosefelye » 11/1/2005 00:40

ביי א גרענד דזשורי איז לגמרי נישטא קיין דיפענס, דארט טיט נאר דער פראסעקיאטער אויפווייזן אז עס איז געווען א פאברעך און זיי רעקאמענדן א טרייעל אדער ווארפן דאס אפ,

באראפארקער » 11/1/2005 02:15

יוסף אלי'
מען קען זיך יא דיעפענדען ביי א גראנד דזשארי, מען דארף אויפווייזען אז עס הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה.

איחודמעמבר » 11/1/2005 05:54

סיי ווי איז די גאנצע פאראמעדיק מעשה א זיסער חלום פון באראש.
עס איז דא איין פאראמעדיקס וואס באהאנדעלט דעם רבי'ן שליט"א: ר' שלום יוסף דייטש נ"י!
און ווייטער איז איבריג צו זאגן.

משהבערבעק » 11/1/2005 17:08

איחוד, א קליינע טעות!
ס'איז דא 2 אירע וואס "באהאנדלן דעם רבי'ן", שלום יוסף דייטש, און משה גבאי...