היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » איכה היתה לזונה קריה נאמנה!

איכה היתה לזונה קריה נאמנה!

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1245917

נתן_העזתי » 9/1/2005 20:18

כהאב געזעהן די וואך דאס ערשטע מאל די שענערע סמארט שאפער גייד (זינט די קאמפעטיטארס, KJ דייטש, און זשורנאל) אן עס איז געווען אן ארטיקל איבער א געוויסע טעמע - דערווייל קען איך נישט געדענקען וואס -, און דער שרייבער האט ערווענט בלויז דריי גדולי ישראל, זיי זענען ווי פאלגענד:
1. כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ב"ב שליט"א.
2. בעל קהילות יעקב זצ"ל.
3. און נאך א דריטן וואס איך האב שוין אויך פארגעסן... אבער פון יענעם לאגער.

דער ביכל ווערט ארויסגעשיקט פאר אלע תושבי קרית יואל, ווער וויזניץ ב"ב'ער רבי ווייסן רוב אידן און אידענעס; ווער בעל קהילות יעקב איז ווייסן מסתמא אפשר 2 פראצענט אידענעס, און איך בעט די גולשים זאלן מיר דערמאנען דעם דריטן "גדול"...

אויף אזעלכע היימישע צייטונגען דארף מען מקונן זיין מיט ירמיה הנביא'ס ווערטער:
איכה היתה לזונה קריה נאמנה...

קיינער זאל מיר נישט אטאקירן אז איך מאך קלענער גדולי ישראל, איך שרייב נאר מיין איינדרוק פון א היימישע קרית יואל'ער צייטונג-אדווערטייזמענט-פלוג בלעטל

דער_באריכט » 9/1/2005 20:48

ווארט ביז מיר "דער באריכט" וועלן ארויסקומען!

איר וועט זיך באמת דערקוויקן!

שדים_טאנץ » 9/1/2005 21:03

נעבעך, איך שוין יאנקל שטיינמעץ, דער באריכט גייט זיך נעמען אויף אים.

דער באריכט דארף זיך גיין לערנען פון משה פריעדמאן וויאזוי צו פייטן קעגן א קאמפעטישן, מען פרינט ארויס אן איסור פונ'ם רבי'ן שליט"א, און די סירקולעישאן נאמבערס פון די קאמפעטישן וואקסן ווי משוגע.

קרית_יואל » 9/1/2005 21:10

עס איז פונקט גענוג אז די אהרונים זאלן שעלטן אין מקוה, און דער באריכט זאל באקומען מער עדס.

שדים_טאנץ » 9/1/2005 21:15

מיינסט צו זאגן נאך אזעלכע עדס ווי דזשיענדזשי, הצלה, גמ"ח הצלה?...

נתן_העזתי » 9/1/2005 22:21

יא! דער דריטער איז הגר"מ שפירא (הוגה רעיון דף היומי)
שיין זעהען מיר אויס!

פייפ_ליין » 9/1/2005 23:09

שיין זעהן מיר אויס אז וועגן א נארישע טשעפע אקעגן די אהרוינים פראבירט ער אונטערצורייסן אזעלעכע גאונים ווי מהר"ם שפירא און דער סטייפלער

שעים אן יו, נתן ה"עזות"י

נתן_העזתי » 10/1/2005 01:06

האסט א גרויסן טעות מר פייפליין איך האב גארנישט קעגן די אהרונים נישט ווייל איך האלט אז זיי זענען גערעכט נאר ווייל איך האב נישט קיין צייט זיך צו פארנעמען מיט פאליטיק דער אמת ווייסט דאך יעדער אז קיינער מיינט נישט לשם שמים איך האב מיך נאר געוואונדערט וואס דא טוט זיך ווען איך האב געזעהן דעם שטיקל צייטונג
למען האמת האב איך ניטאמאל גארנישט מיט סאטמאר (כאטש איך האב מיינע קינדער אין סאטמאר) איך בין צופעליג נעכטן געווען ביי די מלוה דמלכה פון גמ"ח הצלה אין די ק"י סקול האב איך עס גענומען איך די האנט אזוי ליינענדיג האב איך מיר געוואונדערט אז אין ק"י שטאפט מען דעם עולם מיט די "גדולים" איך האב קלאר געשריבן אנהייב אז מען זאל מיר נישט אטאקירן אז איך האב עפעס קעגן זיי אבער ווי געראכטן אין א פורום אינטערעסירט נישט קיינעם דעם אמת נאר אויך מען האט עפעס אויסצושפייען שפייט מען ודי בזה

פייפ_ליין » 10/1/2005 01:39

נתן
וויי איז דיר אז די ווערסט "ב'איינדרוקט" פון אזעלכע גדולים כאילו עס דארף עפעס צו זיין פאני אז אונז נעמען אן זייערע דעות אין עניני חינוך.

פייפ_ליין » 10/1/2005 01:41

לעצטענס זענען דא גולש פארשידענע (לשון קודש'דיגע) ניק'ס וואס "דרוקן" זיך נאר אויס אויף די גדולי האחרונים וכל הקודש לנו, און כדי זיך צו באשיצן, ווארענען זיי נאך פארדעם אז זיי מיינען נישט ח"ו גארנישט,
אבער בעזרת השם וועלן מיר זיי איבערקליגן, ולא ירעו ולא ישחיתו בהר קדשי.

getme » 10/1/2005 02:31

נתן,ביסט געקימען צים מסקנה אז נאכ"ן אראפ ברענגען די דריי גדולים ווערט קר"י אנגעריפן זונה???
יעצט ביי די מצב איז שוין כלו כל הקיצין אין מען מיז שוין פרעגן איכה "היתה לזונה???

גיי שוין צים דאקטער!{מ.שטערן}

טאגליכט » 10/1/2005 03:17

זאג נאר על הניסים וויפיל ניקס נאך האסטו חוץ נתן?

נתן_העזתי » 10/1/2005 19:07

פון מיין זייט איז געשלאסן דער אשכול איך האב געמיינט בלויז צו מודיע זיין דעם עולם וואס טוט זיך אפ אינערהאלב א קרית יואל'ער צייטונג, זיי ברענגען פון אגודאים אהן קיין בושה, ווער איך דערווייל געוואויר אז:
1. איך טשעפע די אהרוינים
2. איך בין מבזה גדולי ישראל
3. איך האב געמיינט צו זאגן אז זיי נעמען אן זייערע מיינונגען אין עניני חינוך

אצינד:
1. שטעלט זיך פאר אז אין המחנה החרדי וועט א שרייבערל ברענגען א שטיקל ויואל משה אדער בלויז א ווערטל פון סאטמאר רב ז"ל
2. אלא מאי, עס גייט ענק נישט אהן צו הען א גוט ווארט פון נישט ענקער קרייז . נו אויס אזוי, פארוואס נעמט מען נישט אריןן דא אין 53 געוויסע ספרים וואס איך האב געפרעגט פארוואס עס איז נישטא, איז געווען דער ענפער "ווייל ער ברענגט .. און יענעם" אדער "ער האט דעות כוזובות ווייל ער האט געהייסן גיין צו די בחירות" וכ' וכו',
נאכמאל, איך האלט נישט אז ענק מוזן גיין צו די בחירות, אבער סאטמאר רב און אנדערע גדולים האבן געהאלטן אז מען טאר נישט גיין, און ווער עס האלט אז מען מעג אדער מוז האט דעות כוזבות, נו וואס איז דער איבערקערניש? מען מעג דאך הערן א גוט ווארט אפילו פון אדמו"ר מוויזניץ ב"ב!
בקיצור, עס איז מיר בלויז געווען אינטערעסאנט, איך וועל נעמען דעם שטיקל צייטונג (איך ווועל זעהן עס צו באקומען פון ק"י) אן ווייזן פאר די חברה לייט דא אין ב"פ וועלן זיי מיר שוין עפעס ענטפערן פארוואס מען טאר נאך אלץ נישט קויפן דעם "עלינו לשבח" אדער נאך אזעלכע שיינע ספרים...

פייפ_ליין » 10/1/2005 22:19

אבער פאר די שליסט עס זאג מיר נאר וואס פונקטליך איז דער בושה נאכצוזאגן זאכן פון מהר"ם שפירא והסטייפלער ז"ל, עס איז מיר באמת שווער צו פארשטיין,אפשר ווייסטו נישט אבער די חפץ חיים זצ"ל איז אויך געווען פון די מייסדי האגודה אפשר איז א בושה צו לערנען זיינע ספרים אויך?

עלהניסים » 10/1/2005 23:45

נתן, איינער האט אויבן געשריבן אז איך טראג דיין נאמען, מישט געפערליך, איך האב שוין דא באקומען נאך אפאר נעמען. אזוי גייען די חברה.

אבער בעצם האלט איך אז די ביסט אויסדרוקליך נישט גערעכט מיט דעם, מען מעג אביסל עפענען די אויגן פאר די קרית יואל'ע חברה, עס איז זייער גוט אז מען ווארפט אמאהל אריין א ווארט פון די יעניגע "שקצים" די עוכרי הדת וואס האבן איינגעפירט דף היומי וכדו'. ווילסטו טאקע אז עס זאל אויפוואקסן א דור וואס זאלן בלויז וויסן פון די סלאגאן "אהרן טייטלבוים"?.

ווען די קרית יוא'לע נעמען מיך ווען אריין אין זייער צייטונגען קאמפאני, וואלט איך שוין סדר געמאכט דארטן.

נתן_העזתי » 11/1/2005 01:04

איך וועל זאגן מיט בלעם ווערטער:
אוֹי לְךָ מָאנְרָא אָבַדְתָּ עַם כְּמוֹשׁ נָתַן בָּנָיו פְּלֵיטִם וּבְנֹתָיו בַּשְּׁבִית לְמֶלֶךְ אֲגוּדָה וּמִזְרָחִי:

איך שרייב נישט מיין מיינונג, אבער אויף אזעלכע אויף וועמען סאטמאר רב שרייבט אין זיינע ספרים און האט שטענדיג געשריגן ביי זיינע תורות אז זיי זענען מסיתים ומדיחים, מיין איך אז סאטמערע טארן נישט ברענגען פון זיי

און אצינד א טראפ פאליטיק:
האב נישט מורא אז דער יונגער דור וועט בלויז וויסן פון אהרן טייטלבוים, יעדער אינגל פון זיינע מוסדות ווייסט פונקטליך ווער פון זיינע שכנים גייען אין "בני יואל" אדער אין "זאלי'ס חדר"

תוקן על ידי - נתן_העזתי - 11/01/2005 1:10:07

פייפ_ליין » 11/1/2005 01:33

נתן
בלעם איז געווען א קלוגער מענטש, האלט דיך נישט אזוי גרויס, אפשר צו זיין אייזל קענסטו דיך צוגלייכן.

על הניסים
פאקטיש האט דיך יעצט נתן גיט גענפערט, מווייסט שוין פון גענוג גדולים ווי זלמן לייב און כ"ק בני יואל שליט"א, צופיל קען מען אויך נישט די קינדער וועלן דאך צומישט ווערן. אויב די האסט אים עפעס צו ענטפערן אויף דעם טו עס ווי שנעלער.


קריתיואלער » 11/1/2005 03:30

נתן,

האקסט אין טשייניק אריין. די רבנים פון וועלכע דו רעדסט זענען אלעמאל געווען פארהייליגט ביי אונזערע קרייזן.

פאראן אין קרית יואל אפאר עלטערע אידן וואס זענען תלמידים פון רבי מאיר שפירא, און זיי זענען היינט פיינע ערליכע סאטמארע חסידים.

עלהניסים. לויט מיין אינפארמאציע גייסטו נישט בלויז מיט א ברייטן סאטמארער ביבער היט נאר אפילו מיט שווארצע זאקן אינדערוואכן. איך מיין ס'איז צייט זאלסט אויפהערן שפילן ווי א דרויסנדיגער ווייל דו ווערסט צונאר איינמאל און נאכאמאל.

נתן_העזתי » 11/1/2005 23:19

פייפליין האט פארגעסן דעם גזירה שוה:
בלעם הרשע - נביא שקר
נתן העזתי - נביא שקר

און דער יעניגער וואס פרובירט אונז איינרעדן אז ער איז א "קרית יואלער" רעדט פוסטע שטותים
בעל קהילות יעקב שרייבט עטליכע בריפן אין איינע פון זיינע ספרים קעגן סאטמאר רב און בארעכטיגט די בחירות
וויזניצער רבי פון ב"ב האט שוין זיין טאטע געזינגען לעשות נחת רוח, לעשות נחת רוח פארן בשעת'ן דיין צו די בחירות
און דער דריטער הגר"מ שפירא איז אפשר ווייניגער פסול אבער אלס כתוב השלישי איז ער זיכער גוט
וויפיל מאל האב גערעדט צו סאטמערע אידן וועגן סטייפלער און זיי האבן מיר געזאגט אז ער האט געהאט דעות כוזבות, אפשר איז דא עטליכע סעקטעס אין סאטמאר גופא, איך ווייס שוין נישט
בקיצור פון א נישטיגע זאך איז געווארן א גאנצע איבערקערעניש
אבער איך ווידערהאל:

איכה היתה לזונה קריה נאמנה


אז אין א צייטונג אין ק"י זאל זיין צוויי גאנצע בלעטער געשטעלט אויף די תורות און מעשיות פון סטייפלער, וויזניצער ב"ב'ער, און ר' מאיר שפירא, איז אדער א בחינה פון וגר זאב עם כשב (לויט דעם דארפן די בני יואל און די זאליס שלום מאכן מיט די אהרונים), אדער פשוט:
נשתכחה תורת ויואל משה...


תוקן על ידי - נתן_העזתי - 11/01/2005 23:31:57

עלהניסים » 11/1/2005 23:43

נתן, פארוואס טוסטו דאס?.

עס ציפט דיר ווען די אהרונים ווערן געוואויר פון נאך איינעם?, עס ציפט דיר ווען די אהרונים ווערן געוואויר אז דער גלאבאלע אידענטוהם איז נישט נכנע צו זייערע שיטות?. זאלן זיי וויסן אז עס עקזיסטירן נאך ערליכע אידן אויף די וועלט חוץ אהרן טייטלבוים.

דאס וואס די שרייבסט אז עס זיי ווייסן צו זאגן פון זלמן לייב איז בכלל נישט אמת. וואך נאך וואך ווערן צענדליגע (לייען: מיליאןען) מסיבות, צוזאמענקומען, חתונות, און שמחות פארשוואונדען פונעם האריזאנט בלויז ווייל זיי זענען נישט אריינגעפאסט צום "בשבילי נברא העולם". קיין פיפס וועסטו נישט זעהן אין דער בלאט פון די אלע מסיבות.

די "פרעמדע" גדולים וואס זענען הייליג ביי זיי, זענען די מחבר פונעם ספר לוח דבר בעתו, פוסק הדורות רבי מאיר בראנסדארפר, און רבן של כל בני הגולה תולדות אברהם יצחק רבי.

וואס געשעהט ווען עס קומט א צייטונג און ברענגט אראפ נאך אפאר?. די ליסטע וועט ווערן אביסל גרעסער?.

פייפ_ליין » 11/1/2005 23:55

נתן
איך ווייס נישט צו וועם די האסט אלס גערעדט, אפשר האסטו געטראפן אן אלטער קיצוני שבקיצוני'דיק פון די נטורי קרתא וואס פארופט זיך סאטמאר , אבער ווי שוין באקאנט איז די בריוון פונעם סטייפלער נישט די אריגענעלע וואס ער האט געשריבן אין אפילו אויב יא שרייבט ער נישט דארט קעגן סאטמאר רב ער שרייבט דארט נאר זיין שיטה וואס ער האט זיך אנגעהערט פון זיינע ארומיגע

נעקסט טיים אז די ווילסט אנרופן קרית יאל זונה דארפסטו נאך נישט וועגן דעם פראבירן צו באשמוצן גדולי וקדושי עליון וואס תמימי לב קענען עס נאך ח"ו אננעמען ערעסנט , שרייב נאר איך האב פיינט קרית יואל ווייל זייער רב איז א ערליכע איד און איך קען אים נישט דערליידן.

באראש » 12/1/2005 01:34

נעבעך נתן, האסט געטראפן א שלעכטן אדרעס.

ליין די סאטמארע אויסגאבעס און קוק וויפיל מאל דער סטייפלער און די אנדערע רבנים ווערן דערמאנט מיט גרויס כבוד.

בכלל מאך דיך נישט ווי א דרויסנדיגער, ווייל דו ביסט א אינסיידער אלל די וועי, פונקט ווי על הניסים.

עלהניסים » 12/1/2005 02:03

הוא אשר דברתי, נתן.

זעסט ווי ריכטיג איך האב מכוון געווען?. די זעסט וואס באראש האט יעצט געשריבן?.

זיי אלע מיינען אז די דרויסענדיגע מענטשן זענען עפעס גרינע מלאכים וואס שוועבן מיט א שטילשווייגעניש אין די הויכע ספערן. די חברה וועלן פאר קיין געלט נישט משיג זיין אז עס עקזיסטירט עפעס חוץ זיי אויפן עולם הזה.

איינער קומט און כאפט א שמועס מיט זיי, איז ער אויטאמאטיש "נישט" קיין דרויסענדיגער. עס קען פשוט נישט זיין אז אין 2005 זאל זיין אזא זאך!.

אויב די ווילסט מיר אביסל בעסער פארשטיין גיי איבער וויפיל מאהל מען האט מיך "בא'שגצ'ט" אלץ א אינערליכע. ביי יעדע געלעגנהייט וואו זיי קענען דאס אריינווארפן: מאך דיך נישט פאר א נייטראלער, די ביסט נישט, די גייסט מיט א פלאטשיגע ביבער הוט און שווארצע זאקן, וכו' וכו'.

ווילסטו זאגן אז עס פעלט זיך נישט אויס איינער זאל קומען און רעדן נארמאלע ווערטער אין קרית יואל פון די אמת'דיגע גדולי ישראל?.

ווען משיח וועט קומען בקרוב וועלן זיי בשום אופן נישט קענען פארשטיין וואו די שענסטע פלעצער וועלן זיין פארנומען מיט אלע ערליי הוטן, פון אלע שיכטן און קרייזן. זיי וועלן דאס נישט משיג זיין.

ווער רעדט נאך ווען אהרן טייטלבוים וועט קומען צו גיין מיט זיינע "צענדליגער, הונדערטער, טויזענטער, האלב-מיליאן" מענטשן, וועט זיי שווארץ ווערן פאר די אויגן ווי זיי וועלן בטל ווערן בששים רבוא. די קליינע -פרעמדע- עולם וואס וועט איהם באמערקן וועלן זיך קאטשענען פאר געלעכטער. "יעצט פרובירט וואס איר קענט" וועט זיך אנרופען א געוויסע אלטע איד וואס איז נארוואס ערשינען פונעם היכל החסד אין גן עדן "דא וועט איר איינמאכן, צו איר ווילט יא צו איר ווילט נישט!".

ווער זענט איר? וועט פלוצים זיי פרעגן איינע פון די הייליגע שומרים וואס זענען געשטעלט אויף צו האלטן ארדענונג.

מיר?, וואס איר ווייסט נישט?, מיר זענען געווען די איינציגסטע אידן אויף די וועלט בעיקבתא דמשיחא!, איר שעמט אייך נישט צו פרעגן אזא נישטיגע קשיא?, מאכט אייך נישט פאר א דרויסענדיגער! איר ווייסט פון גארנישט?, האט איר נישט געליינט וועגן אלף שמות?, וועגן די איבער מיליאן מענטשן ביי די חתונה?, זענט איר צוריקגעבליבן?.

וואס די המשך וועט זיין איז איבעריג צו זאגן...

נתן_העזתי » 12/1/2005 12:36

הפלא ופלא! פון א נישטיגע זאך איז געווארן אזא רודער! איך האב געמיינט עס וועט זיין דא אינטערעסאנט, דערווייל דעהט עס נישט אזוי אויס

משהבערבעק » 12/1/2005 18:41

עלהניסים טייערע

די שטאט קרית יואל "מיטן טיטל זונה", איז עס נאך אלטס אסאך הייליגער ווי פאר 12 יאר צוריק! פארוואס?

12 יאר צוריק איז איינגעפאלן פאר די "בני יואל" מענטשן א געניאלע איינפאל!! הערט! קרית יואל איז אן "עיר הנדחת!!!

נו, די לאזונג האט זיך געדרייעט ביי די מענטשן, און זיי האבן זיך דערקוויקט דאס הארץ, [מעגליך זיי האבן זיך געשפירט דערהויבן צו וואוינען אין אן "עיר הנדחת"?! ווער ווייסט?]

לויט ווי ס'האלט יעצט - מיט דיין פרישע טיטל - איז "קרית יואל" נאר א זונה!

עס איז נאר קאמיש צו באמערקן, וואס פאר א חטאים איז רביה"ק זי"ע שוין באגאנגען אז דורך-אים איז נתייסד געווארן א שטאט "עיר הנדחת" און א שטעטל "זונה"??

עלהניסים » 12/1/2005 19:49

משה בער, איך ווייס נישט פונקטליך וואס די ווילסט פון מיר, ווען האב איך אנגערופן קרית יואל זונה?.

איך האב בלויז געשריבן אז די איינציגסטע אידן וואס געפינען זיך אויף אונזער פלאנעט זענען אין קרית יואל. דאס רופסטו זונה?

פייפ_ליין » 12/1/2005 20:39

על הניסים אוי מאכסטו מיר לאכן די דערמאנסט מיר פון די קינדערישע וויכוחים וואס אונז פלעג מיר האבן.

די אלע אויפגעקלערטע קינדער וואס זייערע טאטעס פלעגן זיין פון די "מתנגדים" פלעגן דעמאלט האבן די זעלבע טענות ווי די , להוי ידוע איך ווייס נישט אויף וועלכע עולם די געפינסט דיך היינט אבער די היינטיגע אויפגעקלערטע (זאליס בלע"ז) האבן שוין אנדערע סארט וויכוחים, ווען די קומסט נעקסט קיין מאנרא כאפ דיך אריין אין די תלמוד תורה'ס און הער דיך צו, און נאכדעם נעם דיך פריש שרייבן אויף היידפארק