היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » לצים פון באריכט גרייטן זיך שוין אויף בא

לצים פון באריכט גרייטן זיך שוין אויף בא

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1244423

בדעבד » 7/1/2005 22:37

די מעכטיגע לצים פון די באריכט די ש. ברודערס, צוזאמען מיט זייערע קאלעגע בחורים און שנה ראשונה יונגעלייטלעך, גרייטן זיך שוין צו שרייבן זאפטיגע ליצנותן אין דער באריכט וואס קומט ארויס פרשת בא.

דער 22-יעריגער מ.ה.ש. האט פאררופן א דרינגענדע מיטינג פאריגע וואך מיטוואך זונטאג אין זיין טרעילער ביי די תיפלה ווי מען האט איבערגערעדט די לעצטע מעכטיגע ליצנותן וואס מען גייט פארקויפן פאר די ציבור קליינע מוחות אין קרית יואל וואס ליינען דעם באריכט.

עס איז געבליבן אז דאס מאל גייט מען חוזק מאכן פון דעם בנין מארקאוויטש אויף געציל בערגער.

איר פרעגט וויאזוי מען קען חוזק מאכן פון א בילדינג? וועגן דעם האבן מיר דאך די געלונגענע לצים פון די באריכט. זיי האבן אויסגעפינען נישט מער און נישט ווייניגער אז די פענסטערס ביים בנין מארקאוויטש קוקן אויס ווי א צלם. נעכטן דאנערשטיג זענען די ש. ברודערס אנגעקומען צום בנין מארקאוויטש מיט א גרויסע קעמערע און זיך גענומען צו כאפן פיקטשערס.

מ.ה. האט געכאפט די פיקטשערס און זיין ברודער י. איז געשטאנען און זיך געקלאפט אין בויך און געשריגן, אוי גייען די אהרונים טאנצן! אוי וועלן זיי טאנצן!

בקיצור איר געדענקט נאך דעם האמערל? גרייטס ענק אויף פרישע סחורה.

באראש » 9/1/2005 02:44



די מעשה איז אזוי. ר' שמואל הכהן פריעדמאן האט מעורר געווען די הנהלת הישיבה, אז די פענסטערס וואס מען האט ארויפגעלייגט ביי די בנין מארקאוויטש קוקן אזוי אויס, אז ס'קען זיך פאר איינעם דאכטן אז ס'איז א שתי וערב. דער רב האט באפוילן פאר די הנהלה אז מען זאל עס פאררעכטן און א קאמפאני האלט יעצט אינמיטן ארויפלייגן נאך אן אייזן אויף די ברייט ביי אלע פענסטערס.

איינער פון די באריכט חכמים האט דאס געזען אין ער האט שנעל גערופן די ש.'ס אז זיי זאלן לויפן כאפן בילדער פון די פענסטערס, נאך פאר ס'ליגט די אייזן אז מען זאל עס קענען אריינלייגן אין די באריכט אז עס איז דא א שתי וערב און א וואך שפעטער זאל מען קענען דערקלערן זיג אז מען האט אראפגענומען די שתי וערב א דאנק דעם באריכט.

נוסח דער באריכט...

משהבערבעק » 9/1/2005 17:39

עטס געדענקסט אפשר די כולל בנין מיט די שפיציגע דאַך?

בערך 10-12 יאר צוריק ווען מען האט געבויעט דעם כולל, האט מען געבויעט - דעם פאדערשטן הויכע חלק - מיט א שפיץ-טורעם.
דער רבי זאל זיין געזונט און שטארק איז געקומען קיין קרית יואל זומער יענעם יאר, און ווען דער רבי האט דאס געזעהן האט ער זיך אנגערופן אז מען זאל עס אראפנעמען, אפילו ס'איז נישט אין ביהמ"ד [נאר אין האלל-וועי] צוליב "לא יחרץ כלב"
די "בני יואל-המן" האבן זיך דערפון דערוואוסט, און... זיי האבן אנגעהויבן צו מאכן א "געוואלד", היתכן, א טורעם...

נו, "סאטמאר" האט שומרים וואס "וואטשן" אז זיי זאלן נישט גליטשן...

באראש » 9/1/2005 22:17

אויך דעמאלטס האבן זיי דערקלערט זיג אז דער טארים איז אראפגענומען געווארן, ווי גלייך מען האט זיך גערעכנט מיט זיי.

דאס איז א סטראטעגע פון מענטשן וואס מען רעכנט זיך נישט מיט זיי זיך צו מאכען וויכטיג

קריתיואלער » 14/1/2005 03:14

בדעבד, יעצט האסטו זיי געגעבן גענוג צייט, האבן זיי ארויסגענומען די נייעס פון די שתי וערב.

איך האב מיך געוואונדערט אז דער באריכט איז אזוי דין די וואך. אסאך גוטע נייעס האבן זיי געמוזט ארויסנעמען ווייל דו האסט עס ארויפגעלייגט דא אויף היידפארק.