היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » עצות: פטור ווערן פון לייז און ניטס

עצות: פטור ווערן פון לייז און ניטס

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1242495

מאירקע » 6/1/2005 03:31

ווי אזוי ווערט מען פטור פון זיי
איך פוץ און פוץ און פיק די לייז אבער ס'גייט נישט
אוי באשעפער העלף

getme » 6/1/2005 03:47

מען נעמט קער פין זיך ווי א נערמאלע מענטש

צוויי מאל א וואך א הייסע שויער מיט שאמפע

shia550 » 6/1/2005 03:57

די פראבלעם איז דא ביי ערוואקסענע אויך?

איך ווייס אז פאר מיינע קינדער איז דא ספעציעלע זאלבן אין שאמפו'ס

getme » 6/1/2005 04:04

ערוואקסענע וואס נעמען נישט קיין שויער איין מאל א וואך

האבן די זעלבע פראבלעם

בעל_גאוה » 6/1/2005 04:05

אוי ווי! כינים?
דאס גייט אן נאר און מצרים
אזוי לערנט מען די וואך

מאירקע » 6/1/2005 05:58

רבותי
ענטפערטס צו די זאך פרעגסט אין שטוב
ווי אזוי ווערט מען פטור פון זיי
שוין באצאהלט עטליכע מאל 60 זיבעציג דאלער אז מיינע טעכטער זאלן קענען צוריק גיין אין סקול

באראפארקער » 6/1/2005 06:44

קויף א ספעציעלע קעמעל צו קעמען די האר פאר ניטס, טוט עס מיט געדולד, אלע וועלען ארויס קומען. טוה עס פאר אפאר נעכט אין א צוה. וואשט די בעט געוואנד צוויי מאל א וואך. וואש די האד פין די מאנטעל. ביז מען ווערט פטור. איינמאל זיי גייען אוועק דארף מען זיך קעמען די לאנגע האר לכה"פ צוויי מאל א וואך. זיך באדען אליין איז גארנישט ווערט.

די בעסטע עצה איז קנופען די האר אין צעפ, דעמאלס קומען זיי באלט נישט.

תוקן על ידי - באראפארקער - 06/01/2005 6:45:53

מאירקע » 6/1/2005 14:02

מיינסטו טאקע אז מיידלעך מיט צעפאלאך האבן ווייניגער ניטס ווי מיידלעך מיט האלבע האר?

מען פוצט שוין עטליכע נעכט סהעלפט פונקט ווי אין מצרים די ערשטע וואך


האט איינער געהערט פון ZERO LICE?

danke » 6/1/2005 18:15

וואש אויס די האר מיט עפל סיידר וויניגער
דאס איז בדוק ומנוסה

I was told to mix 4 cups of oil with 2 cups of apple cider vinegar. Soak hair with mixture. Rap hair with plastic wrap and leave for at least one hour. Use Dawn dishsoap and then regular shampoo. Of course, this only works if you use the fine tooth comb to get rid of eggs. I did try this and it WORKS WONDERS.

shabbos_23 » 6/1/2005 19:26

Does anybody know of a good Shampoo for Dandruff and dry scalp? I used already all diffrent kinds of shampoo and it dosen't work ( i shower everday... ) 1

SRULI2 » 6/1/2005 21:12

SHAMPOO TWICE
AND FOR ANYTHING FOLLOW INSTRUCTIONS EXACTLY

איןהכינמי » 7/1/2005 01:18

שבת32
פרוביר t-gel

מאירקע » 7/1/2005 16:40

עטץ קענסט טאקע נישט פרעגן ביי די נשים צדקניות ווי אזוי מען גיט זיך אן עצה?

יענטא » 14/1/2005 21:16

וואס איז געווארן מיט די לייז
האט איר זיך אן עצה געגעבן

שמעק_טאביק » 14/1/2005 21:52

קוק אין "עונג שבת" די וואך. זיי שרייבן אן עצה.