א אינטערסאנטע חקירה
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1241397
http://www.superseker.co.il/seker.asp?sid=251229איינער האט מיר דאס איצט אריינגעשיקט אין אישית. יישר כח.
איך וויל דא קיינעם נישט באליידיגן, איך ברענג דאס נאר פאר אינטערסאנטקייט.
איך האב געקליבן די ערשטע, וואס זאל איך טוהן, אזוי האב איך זיך איבערצייגט דא. זייט נישט ברוגז. יעדער קען מצביע זיין ווי זיין הארץ באגערט.
שאלה 1 און שאלה 4 איז די זעלבע זאך
זאג אים ער זאל עס פיקסן
יענער האט דיר עס געשיקט אין אישית ווייל דו ביסט א דרויסנדיגער אדער ווייל דו ביסט א זאלי?
עס האלט ביזדערוויל ביי 42 מצביעים.
איך מיין מען זאל אנהויבן א קאמפיין אין דער בלאט [אדער איד].
"הצביעו בעד ללמוד עם גוי ברטנורה"
"הצביעו נגד"
אפשר זאל מען ביי די קומענדיגע וואלן אויך קענען וואטן אויף די טשארט?
על הניסים
עפעס שטימט נישט, נעכטן ווען ס'קוים געווען 10 צפיות איז שוין געווען איבער 30 שטימען
וואלט שוין יעצט געדארפט זיין ארום 300 שטימען?...
פון וואנעט נעמסטו אזאלכע קלארע פאקטן?, אויב פון בלאט, אדער אויב ארבעטסטו פאר דער בלאט, דאן ביסטו גערעכט.
ולגופו של דבר, איז די סקר ארומגעפאסט געווארן דא צו די אלע הייד פארק מנויים, -זאלונים, בעפאר הרב... האט מיר געבעטן דאס דא ארויפצולייגן.
וכנ"ל האבן זיך די מצביעים אנגערופן הערשט ווען עס האט געהאלטן דא ביי 30 צפיות, בעפאר איז דארט געווען בלויז 5 וואס האבן געקליבן.
יסכר פי דוברי שקר.
הטקסט שלך כאן
דאס איז די לשון פון דעם על הנסים וואס שרייבט די מערסטע פונעם סאטמער'ן פאליטיק און די לעצטע טעג
איך האב מיך נאך קיינמאהל נישט אריינגעמישט אין סאטמארע פאליטיק, פשוט ווייל איך האב נישט קיין אהנונג וואס דארט קומט פאר, און איך בין קיינמאהל נאכנישט געשטאנען כמעט אין ווארט מיט א סאטמארע.
דאס איז די לשון פון עלהנסים, שטארק אינטערעסאנט וויא אזוי ער האט זיך אזוי שנעל אויס געלערנט
עפעס האסטו געוואלט שרייבן, קצב.
מן הסתם אז איך האב ערגעץ געשריבן אז איך האב גארנישט מיט סאטמאר?.
לעצטנס בין איך געווארן א שטארקע סאטמארע, דורך דעם פארום דא.
אגב, איך וויל זיין דעם שבת אין קרית יואל, ווער עס ווייסט ערגעץ וואו מען קען זיין זאל מיך ביטע מעלדן (מיט א ווייב און דריי קינדער).
איך זיך דוקא א נייטראלע און נישט קיין קיצוני.
און קרית יואל איז נישטא אזא זאך ווי נייטראל
יעדער איז א קיצוני, אבער קענסט קומען צו מיר איך וועל מיך טרייען צו האלטן נייטראל אויף שבת
איך האף אז די האסט געפרעגט דיין ווייב פאר דעם.
אין וועלכע ביהמ"ד דאווענסטו שבת?, וואס וועל איך טוהן ווען פרייטאג צונאכטס וועסטו אריינקומען צו מיר אין מיין שטוב מיט KJALLINCE אדער איינער אנדערש און מיך ארויסשליידערן פון דארט בשם ועין?, איך וועל בלייבן שטיין וואו א גוי וואס לערנט ברטונרה.
איז דיין הויז ווייט פון די זאלי שוהל?. איך וויל דארט דאווענען איבער שבת, איז דאס בסדר פאר דיר?.
ביטע ענטפער מיר ווי שנעלער ווייל איך מוז מיך איינפאקן.
און אז איך פרעג שוין; וואס טוט מען אין קרית יואל ווען מע זעהט איינעם אן א שטריימעל?, מען האקט איהם אן די ביינער?.
איך האב דיר שוין געזאגט איך וועל מיר טרייען צוצושטעלן מיט אלעם אפילו מיט א שטריימעל, און א שפיצל פאר דיין ווייב, איך וואוין אינגאנצן 7 מינוט פון זאליס שול
זאג מיר אויב די דארפסט אלע ספרים און חידושי תורה פון ר' זלמן לייבן איך וועל עס טרייען צו פארשאפן
אזויפיל איז זיכער אז עלהניסים איז א מאנראוער
און דריי קינדער האט ער נישט, אפשר 2 אדער ווייניגער אדער 4 אדער מער
וואסערע נאך פאקטן ווילסטו אונז מעלדן
אה, פארגעסן אז די גייסט מיט [אן א] שטריימל
נו, זיי ממשיך..........
איך האב שוין איינמאהל געבעטן נישט צו שרייבן נקודות
............................
!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
גטמי, איך דארף א צעטל פון דיר אז די וועסט נישט אריינלאזן קיין איין אהרוני אין דיין הויז גאנץ שבת. איבערהויפט KJALLIANCE וואס ער וועט מיר באווארפן מיט נקודות. איך האב זייער שטארק מורא פון וואס קען אלץ געשעהן, עס וועט זיך נאכאמהל איבערשפילן די פרשה פון לוט אין סדום וואס די שטאט איז געוואויר געווארן אז ער האט א זאלי ביי זיך אינדערהיים.
אויב קענסטו מיר דאס גאראנטירן דאן בין איך שוין גרייט. (אגב, איז דא א פריע מנין מנחה ערב שבת אין קרית יואל?, וויי ווייט איז דאס פון דיין הויז?.).
על הנסים-בנוגע דיין פריענדיגע תגובה
איך ""וואלט"" דיר געריפן אויף שבת
{דערווייל האב איך דיר נישט געריפן}
איך האב זייער ליב געסט איך האב כסדר געסט,אבער מיט דיר האב איך א שטיקל פראבלעם קיקסט אויס אביסל צי
קריגעריש קינדיש אגרעסיוו ברויזענד, קיקסט נאך אויס זייער נישט באזעצן
{מען בעט נישט קיין צעטליך מיט תנאים פין קיין מכניס אורח פאר מען קימט עס איז נישט שיין}
כ"האף וועסט אביסל עלטער ווערן זיין מער באזעצן בכבוד גדול
{זיי נישט ברוגז כ"האב קינדער אין שטיב,
וועסט רעדן ביי מיר אין שטיב די שפראך וואס די רעדסט דא וועט עס שאטן צי חינוך"
תוקן על ידי - getme - 07/01/2005 5:43:07
איר קענט דעם ניגון?:
...זינגטס "עלהניסים" טאנץ'ט "עלהניסים", לאמיר אלע טאנצן צוזאמען...
http://www.superseker.co.il/seker.asp?sid=252740 על הניסים מיין פריינד
ווי ביסטו געווען שבת?
איך בין געווען זיכער אז די וועסט סוכ"ס אנקומען איך האב וועגן דעם ספעשל נישט געקויפט דעם כל העולם כולו און נישט פאטעיטע טשיפס פאר מיינע קינדער, וויסענדיג אז עס קען בארירן דיינע רעליגיעזע געפילן, און ניטאמאל האסטו דיך באוויזן.
איך האף אז די פארסט נאכנישט צוריק און וועסט נאך אריינקומען צו מיר אויף א שבת