א "רבי" א "רב" א "מקובל" וואס וועלן דערלעבן משיח'ן
ס'איז אינטערעסאנט צו באמערקן ווי דריי גדולי ישראל על אף וואס זיי זענען אלט אדער זענען קראנק, אבער די הבטחה וואס איז ארויס פון די מויל פון צדיקי מעלה ושרפי קודש מהדורות הקודמים שטייט פעלזן פעסט און דאך לעבן זיי אלס ווייל עס דארף מקויים ווערן זאלן דערלעבן ביאת המשיח.
א) הרב הצדיק די וועלט בארימטער עמוד החסד כקש"ת רבי נפתל'טשע הלברשטאם שליט"א האדמו"ר מבאבוב בנו פון רבה"ק רבש"י רבי שלמה הלברשטאם זצ"ל זי"ע וואס וועגן א ווארט וואס איז ארויס פון מרן הקדוש מצאנז זי"ע איז די סיבה וואס ער איז בין החיים און וועט אי"ה דערלעבן משיח'ן.
אמאהל זייענדיג א קינד פון צוויי יאהר איז די צוקנאפטיגער וועלטס בארימטער מנהיג ישראל ונעים זמירות ישראל הרה"ק מהרב"צ מבאבוב זצ"ל געעצן אויף די שויס פון זיין זיידן די בארימטע צדיק פון צאנז וואס איז געווען זיין עלטער זיידע די פאטער פון זיין זיידן הרה"ק רבי מאיר נתן זצ"ל וואס איז געווען זיין פאטער'ס (מהר"ש מבאבוב) פאטער, און די צאנזער רב זי"ע האט זיך אויסגעדריקט בימיו ובימינו יבנה ציון ע"כ, חסידים האבן פון אייביג אהן געוואלט פארשטיין די באדייט פון די ווערטער און מ'האט געגלייבט אין די שווער צייטן ווען היטלער איז אויפגעקומען אז אט קומט משיח כדי עס זאל מקוים ווערן די נביאות פון צאנזער רב, אבער ליידער איז נלכב בשחיתותם משיח ד' און מהרב"צ מבאבוב הי"ד איז פון די צענדליגע מנהיגים פון מדינות יוראפ וואס זענען ליידער אומגעקומען אויף קידוש ד', אבער ווי אונז ת"ח ווייסן מיר איז דא א כלל וואס ווערט געברענגט אין ש"ס אז שלשה תלמידי חכמים שראו זה את זה איז אזוי ווי זיי וואלטן נאך געלעבט, און הרה"צ ר' נפתל'טשע שליט"א נישט נאר וואס ער איז געווען זייער נאהנט מיט זיין זיידן נאר ער איז אויך געווען די לעצטע וואס האט אים באגלייט ווי ער איז אומגעקומען אין א וואלד לעבן לעמבערג ביום ד' אב תש"א הי"ד, קומט אויס אז ווילאנג די רבי נפתל'טשע לעבט איז אווי די קדושת ציון איז נאך דא בזה העולם און עס ווערט מקויים די הבטחה פון צאנזער רב כנ"ל, און מ'זעהט קלאהר ווי מיט כח האלט מען אים אויף דער וועלט.
ב) א צווייטע גדול בישראל פון מדינת אונגארן איז הגאון המפורסם בעולם מרן רבי רפאל בלום מקאשוי שליט"א וואס איז שוין א זקן מופלג אין די הויכע ניינציגעס און על אף וואס ער איז קראנק איז א פלא ווי אזוי ער האלט זיך נאך נאכדעם וואס ער איז שוין שוואך אזויפיל יאהר, און ווען מ'האט געמיינט אז דאס איז דאס האט זיך ארויסגעוויזן אז נישט נאר דאס נאר ער האט נאך איבערגעלעבט זיין רעביצין אויך וואס איז פלוצים אוועק לעצטע וואך וואס אויף דעם האט זיך זיכער קיינער נישט געראכטן, נאר וויבאלד ער האט באקומען א הבטחה פון זיין רבי'ן הגה"ק רבי שאול בראך זצ"ל אב"ד קאשוי אז ער וועט דערלעבן משיח'ן דארף מקויים ווערן דער הבטחה.
ג)פון די אנדערע עק וועלט המקובל המפורסם הרה"צ רב כדורי וואס איז שוין א זקן מופלג איבער די הונדערט וואס האט באקומען דריי הבטחות פון זיין רבי'ן הגה"ק בעל בן איש חי זצ"ל אב"ד באגדאד וואס האט אים צוגעזאגט איינס, אז ער וועט קיינמאהל נישט דארפן צוקומען צו אויגן גלעזער וואס עד היום דארף ער טאקע נישט, און אז ער וועט זוכה זיין צו גיין קעגן משיח, די דריטע איז נישט בעקאנט.
וואס מ'זעהט פון דעם איז אז מ'האלט שוין גאר נאהנט, און אינטערסאנט איז אויך צו באמערקן וואס איינע פון די חשובע רבנים אין א"י דערציילט אז ער האט אמאהל באקומען א זייגער פון א צדיק נסתר וואס האט אים געזאגט אז ווען די ווייזער וועט האלטן ביי צוועלעףר זאל ער וויסן אז דעמאלס וועט זיין ביאת המשיח און די זייגער ריקט זיך אלס אביסל און לעצטענס האלט עס שוין גאר נאהנט צו די צוועלף, איז לאמיר טאקע האפן אז אין די נאהנטע טעג נשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות

תוקן על ידי - דישיגוטער - 03/01/2005 22:56:35