סקווירא רבי שליט"א דארף רחמי שמים
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1239911
נעכטן, זונטאג פ' וארא, אינמיטן אן "הכנסת ספר תורה" אין סקווירא, איז דער רבי שליט"א צוזאם געפאלן, און מען האט אים געברויכט אריינצופירן אין שפיטאל.
הקב"ה ירפהו ויחלימהו במהרה בתושאח"י
שקר די סקווירא רבי איז געעווען אין שפיטאל ווייל ער איז געגאנגען בייזוכען זיין שוועסטער די וויזניצע רביצין
פארוואס האט מען אים אריינגעפירט מיט אן "אמבולאנס" "אינמיטן" אן "הכנסת ספר תורה"??
ווייל מ'האט נישט
בקיצור, וואס איז די אמת? איז עפעס געווען?
איך האב דאס נעכטן געהערט פון איינער וואס איז געווען בשעת מעשה אבל לא רציתי לפתוח אשכול, האדמו"ר נפל עם הס"ת בידו בשעת הכנסת ס"ת בבורו פרק
THE SKEWERE DIEN SAID THAT YOU DON'T NEED TO FAST BECAUSE THE RABBE DID NOT FALL ONLY BEND
בקיצור, ער איז יא אראפגעפאלען, איז ער אריין אין שפיטאל צוליב דעם?
ער איז אראפגעפאלען מיט דעם ספר תורה אין די האנט די הוט און קאפל זענען אויך געפאלען, אבער מהאט איהם אויפגעהויבען אלעס איז אנגעגאנגען ווי נארמאל.
נאך די סעודה איז ער גיפארען און שפיטאהל צו זיין שוועסטער ע"ה די וויזניצע רעביצען וואס איז אוועק די נאכט.
דאס איז די מעשה בקיצור
משום מה נשמע לי כל הסיפור מצונזר טוב
תולדות אברהם יצחק רבי דארף רחמי שמים
לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן האט מען אים געכאפט לעצטן שבת ממש פאר ער איז איינגעפאלן ביי ריקוד לכבוד שבת
תולדות אברהם יצחק רבי דארף רחמי שמים כמעט יעדע שבת, ווייל יעדע שבת פאלט ער אראפ, אדער פאלט "כמעט" אראפ.
צבי, הונדערטער מענטשן האבן געזען ווי דער סקווירא רבי גליטשט זיך אויס און ער געבט אכטונג אז די ס"ת זאל חלילה נישט צורירן צו דער ערד (צו זיין קרעדיט) לויט ווי מ' געבט איבער האט ער זיך צוקלאפט דער פנים און די הענט.
נא סיקרעט'ם היר,, עכ"פ דאס מיין איך...
אינטערעסאנט, ער האט דאך אהן שטיוועל??
משהבער
מה הקשר צו די שטיוועל?
אינטרעסאנט צי זען די סקווערע רבי אן זיינע שטיוול די וואך?
אדער אפשר גאר גייט ער יא מיט שטיוול? ווער ווייסט?
וואס קענען מיר, קליינע מענטשלעך, פארשטיין אין סקווירא רבי'ןס הייליגע דרכים!
אויב וויל ער גיין אין שטיוועל, און עסן געזאלצענע פיש, און זעצן אויף א האנטיך, און דאווענען יעדן טאג ביחידות, וועלן מיר אים נישט שטערן.
but, איבערדרייען א ספר תורה "דאס נישט"!!
איך העט געוואלט פארשטיין וואס דו זאגסט וועגן דעם תולדות אברהם יצחק רבי'ן שליט"א. ער פאלט אראפ?
בכלל איז מיר קשה פון וואו נעמט ער דעם דרך פון טאנצן אזוי? פון זיין טאטן האט ער דאס קיינמאל נישט געזעהן, און אנדערע גדולים וואס טוען דאס קען איך נישט, אויסער דעם קרעטשניפער רבי'ן שליט"א.
איך ווייס נאך נישט עד היום הזה פארוואס מענטשן זענען אזוי נתפעל פון זיין טאנצן, ווען עפעס אנדערש זעהט מען ביי אים גארנישט ספעציעל. נישט ח"ו אז איך האב עפעס אנטקעגן אים, ער איז א איד א צדיק, אבער מענטשן זענען ממש פאר'כישופ'ט געווארן אין אים צוליב זיינע ריקודין ביי בואי בשלום און די "צווייטע" טיש. פארן קרעטשניפער איז מען נישט אזוי פאר'כישופ'ט. איז דאס אויך א תוצאה פון די מחלוקה? איך זעה אז פון דעם ברודער דעם תולדות אהרן'ער שליט"א איז מען נישט אזוי נתפעל (ער מאכט נישט די סארט קונצן, פונקט ווי זיין טאטע. אלעס הצנע לכת). אבער ער איז אויך גאר אן ערליכער א ירא שמים.
גראדע אעיז זיין תורה אויך א פלאס פייער,
אין בכלל די וועג ווי ער שמועסט מיט א אינגערמאן-בחור איז מוראדיג,
איך בין שטארק איבערראשט אז קיינער האט נאך נישט מוחה געווען אויף די בזיון כבוד כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א
עס איז נישטא ווער עס זאל מוחה זיין די סקווערע חסידים קוקען נישט קיין הייד פארק
שמעק
אבער די עבודה פין תוא"י רבי ווי ער שמעקט טאבעק, דאס ווערסטו מן הסתם אויך נתפעל!!!