היינט האב איך אפגעשטאט א באזוך אין וויליאמסבורג, איך וועל האבן צייט וועל איך אביסל שילדערן וואס א גאסט אויף א ווייל האט געזעהן.
איך האב געדאווענט אין סאטמאר ראדני, מען האט דארט נישט געזאגט קיין תחנון. האב איך געפרעגט א יוד פארוואס מען זאגט נישט קיין תחנון, האט ער מיר גענטפערט, מסתמא איז דעי וואך געווען נאך א ברית אין דער בלאט. ער האט צוגעלייגט אז זייט די אהרונים זענען בעלבאס אין ראדני פירט מען זיך לויט זייערע מנהגים. מען הרגט זיך, מען זאגט נישט קיין תחנון ווען עס איז דא א ברית ביי זיי. א אנדערע סיבה איז דא -זאגט ער מיר- ווייל היינט איז א טאג נאך ניו-יער. נו וואס איז? -פרעג איך איהם?.
דעם טאג איז פארהאן א אהרונים-חגא וואס רופט זיך אלף שמות.
-פארוואס גייט דאס לויט די גוישע דאטום?.
-לויט די גוישע דאטום גייט דאס באמת אויך נישט, דאס גייט לויט עפעס א אייגן פאבריצירטע לוח "עזר התורה", וואס דארט געפאלט אלף שמות דעס יאר א טאג נאך ניו-יער.
און א יאר וואס אלף שמות געפאלט שבת? -פרעג איך איהם-, וויאזוי כאראקטעיזרט מען די חגא, מען זאגט דאך סייווי נישט קיין תחנון?.
ניין, דאס קען נישט געשעהן! -זאגט ער מיר. ווייל דאס גייט לויט די זעלבע חשבון פון פורים. פורים קען קיינמאהל נישט געפאלן אום שבת. אזוי גייט עס לויט די לוח פון הלל הזקן.
דעס יאר וואלט עס ווען יא געקענט געפאלן שבת -זאגט ער מיר- ווייל דעס יאר איז עפעס געווען מיט די מולד פון חשון. אבער פונדעסטוועגן פראבירט מען זיך צו האלטן צום פרינציפ אז עס געפאלט אין די זעלבע טאג ווי פורים.
דאס יאר איז דאך פורים פרייטאג?.
נו, איז וואס?. דער באשעפער איז א משנה עתים ומחליף את הזמנים. ווער האט אמאהל געחלומט אז די אהרונים וועלן זיין בעל הבית אין ראדני?. און כדי דאס ארויצווייזען מאכן זיי אלף שמות נישט ממש אין די זעלבע טאג פון פורים.
אזוי בערך איז געגאנגען די שמועס.
מער וועל איך שרייבן שפעטער.