היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » אלייענס שטעלט אויף א דור פון מחללי שבתים

אלייענס שטעלט אויף א דור פון מחללי שבתים

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1238394

זשוליאני08 » 2/1/2005 02:24

די וואך פרייטאג צונאכטס זענען אלע צעטלעך פון גמ"ח הצלה און דזשי ענד דזשי אין קרית יואל, אראפגעריסן געווארן דורך די מחללי שבתים פון די אלייענס.

דאס איז געווען א נקמה קעגן די צוויי, ווייל זיי האבן געמאלדן שב"ק אין אלע בתי מדרשים, צוזאמען מיט די חברה הצלה דקרית יואל, אז זיי האבן נישט אריינגעלייגט אן עד אין דער באריכט, און עס איז אריינגעלייגט געווארן אן זייער רשות דורך מ.ה.ש.

פרייטאג צונאכטס זענען אריינגעקומען אפאר ביקעס אין בית המדרש מיט שווארצע מאסקעס אויף זייערע קעפ, און זיי האבן זיך גענומען צו פליקן אלע צעטלעך פון גמ"ח הצלה און פון G&G, און אויך די הכחשה צעטלעך.

קרית_יואל » 2/1/2005 18:45

וויאזוי גייט דאס ווערטל: "אין פאליטיק איז גארנישט אמת סיידן מען לייקענט עס"...

די אהרונימליך רעדן זיך נעבעך איין אז G&G איז גרייט צו דערלייגן ביזנעס צוליב די נארישע פאליטיק. פונקט ווי זיי האבן באשלאסן אריינצולייגן אין איד ווייל עס לוינט זיך זיי ביזנעסמעסיג, האבן זיי איינגעזען אז אויך אין באריכט לוינט זיך זיי דאס.

משהבערבעק » 2/1/2005 18:53

"די באריכט" דארף צו זיין א "צייטונג" וואס דעקט "אלע" נייעס פונעם "גאנצן" שטעטל, פשוט, לטובת הרבים "יעדער" זאל האנה האבן "אייניג"...
זיי דארפן נישט "קיינער" זאל באצאלן פאר די "עדווערטייזמענט", ס'איז פשוט א "בענעפיט" פאר גאנץ קרית יואל צו וויסן ווער ס'פארקויפט וואס...
גראדע, עס דעקט טאקע "יעדעם", אבער "עפעס" "דאכט זיך" פאר מענטשן אז ס'איז נישט "פונקט אזוי"...

שדים_טאנץ » 2/1/2005 19:05

די גאנצע איידיע פון מאכן די הכחשה איז געקומען פון G&G.

עס איז גרינגער איינצורעדן איינעם אז מענדל שווימער איז מעיאר ווי איינצורעדן אז אן עד אין די באריכט ברענגט רעזולטאטן, אדער אז G&G האט געזוכט צו אדווערטייזן אין אזא פורים צייטונגעל וואס אפאר בחורים און קינדער געבן ארויס.

דער ש. וואס געט ארויס די באריכט איז ללעג ולקלס אפילו ביי די זאליס. זיי אליינס לאכן אויך פון די צייטונג. די וואך אין ספינקע בית המדרש האט מען געטריבן ליצנות פון די באריכט און פונם רעדאקטאר וואס איז א ספינקער חסיד.

קרית_יואל » 2/1/2005 20:54

שדים טאנץ

עס איז א פלעזשור צו רעדן מיט דיר. דו ביסט נאך פון די ריכטיגע אהרונים, נישט פון די איבערגעמאכטע.
אין דער צייט וואס יצחק ראזענבערג זאגט ביי אלעף שעמאס אז עס איז נישט זיכער צי מען וועט געווינען דעם אפיל קאורט, פרובירסטו נאך אייצורעדן דיינע חברים דא מיט זיינע באבקע מעשיות.

אבער עס מאכט נישט אויס. עס ווייזט קלאר אז דער "פורים צייטונגל" (ווי דו רופסט עס אן) מאכן גאנץ א גוטן דזשאב אין קרית יואל.

אזוי ווייט אז אפילו י. שטיינמעטץ פילט עס אלס א קאמפעטישן און האט געמוזט שנעל אויסהענגען צעטלעך פרייטאג פארנאכטס מיט 2 הכחשות.

און ווי איך הער, האט טאקע די הצלה אינאיינעם מיט G&G גענומען גוים זיי זאלן עס אראפרייסן פון די ווענט.

KJAlliance » 2/1/2005 21:18

קרית יואל

איך האלט טאקע אז יעדער אויסער דיר, פארברעצירט דא באבקע מעשיות

ווי למשל וואס דו שרייבסט "און ווי איך הער, האט טאקע די הצלה אינאיינעם מיט G&G גענומען גוים זיי זאלן עס אראפרייסן פון די ווענט."

ווער עס וואוינט אין קרית יואל און קען דעם שותף פון דזשי ענד דזשי, אדער איינער פון די ארבעטער קען זיי פרעגן, צו זיי האבן אריינגעלייגט אין דעם באריכט, און צו זיי האבן געגעבן די הכחשה, און צו זיי האבן אראפגעריסן אדער געלאזט אראפרייסן די צעטלעך

די זעלבע קען מען פרעגן פון משה אהרן שטיינבערג, די איבעריגע 4 באוערד מעמבערס, אדער די צוויי מעמבערס פון די פאנדרעיזינג, ר ל.א. און ר'. מ.י.ש. די זעלבע פראגן

אויך קען מען פרעגן די הנהלת גמ"ח הצלה ר' מ.י.וו., ר. ב. פ. אדער ר' ב.ש. אדער ר' א.ד.ר. אדער ר' וו. וו. אויך די דריי קשיות

אזוי אז יעדער וואס וויל וועט זיך קענען צו טויזענט און איין מאל איבערצייגן אז די זאלי זענען די "אנשי אמת" און די אנדערע פארקערט

שדים_טאנץ » 2/1/2005 23:12

kj

אין פינטל אריין.

קרית_יואל » 4/1/2005 02:43

נישט הצלה און נישט גמ"ח הצלה איז אינטערעסירט צו שפילן פאליטיק סיידן א פאר נארישע אינגעלעך.

זיי זענען אינטערעסירט צו דעקן זייער בודזשעט און האבן אן אינטערעסע צו דעקן גאנץ קרית יואל.

דאס זעלבע איז מיט G&G וועלכע זענען באקאנט אלס ריכטיגע סוחרים און זיימישן נישט קיין פאליטיק מיט ביזנעס. דעריבער ווען זיי האלטן פאר וויכטיג אז כדי צו אדרעסירן די באריכט ליינערס מוזן זיי דארט אדווערטייזן איז דאס א ביזנעס דעסישען.

און איצט קענסטו פרעגן וועמען דו ווילסט...

גאסט » 4/1/2005 03:28

די האסט השערות וואס די ווילסט אז עס זאל זיין אמת, און עס ווערט שוין א פאקט!

געדענקסט אפשר מעיאר מענדל שווימער?

שדים_טאנץ » 4/1/2005 04:07

פאר איך פארגעס. קען מיר איינער דערמאנען ווער ס'פירט גמ"ח הצלה, חברה הצלה און G&G?

קרית-יואל. ווען דו קומסט מיר זאגן אז ברייער'ס פיצא האט אריינגעלייגט אן עד אינעם באריכט וואלט איך דיר אפשר אפשר געגלייבט.

נישט ווען ס'האנדלט זיך פון גמ"ח הצלה, חברה הצלה און G&G.

KJAlliance » 4/1/2005 05:12

קרית יואל

איך האלט טאקע אז יעדער אויסער דיר, פארברעצירט דא באבקע מעשיות

ווי למשל וואס דו שרייבסט "און ווי איך הער, האט טאקע די הצלה אינאיינעם מיט G&G גענומען גוים זיי זאלן עס אראפרייסן פון די ווענט."

ווער עס וואוינט אין קרית יואל און קען דעם שותף פון דזשי ענד דזשי, אדער איינער פון די ארבעטער קען זיי פרעגן, צו זיי האבן אריינגעלייגט אין דעם באריכט, און צו זיי האבן געגעבן די הכחשה, און צו זיי האבן אראפגעריסן אדער געלאזט אראפרייסן די צעטלעך

די זעלבע קען מען פרעגן פון משה אהרן שטיינבערג, די איבעריגע 4 באוערד מעמבערס, אדער די צוויי מעמבערס פון די פאנדרעיזינג, ר ל.א. און ר'. מ.י.ש. די זעלבע פראגן

אויך קען מען פרעגן די הנהלת גמ"ח הצלה ר' מ.י.וו., ר. ב. פ. אדער ר' ב.ש. אדער ר' א.ד.ר. אדער ר' וו. וו. אויך די דריי קשיות

אזוי אז יעדער וואס וויל וועט זיך קענען צו טויזענט און איין מאל איבערצייגן אז די זאלי זענען די "אנשי אמת" און די אנדערע פארקערט


איך האב נישט געשריבן אז דער גולש קרית יואל זאל פרעגן, ווייל ע... עיסה שנחתומה מעיד עלי'

איך האב געשריבן אז "מען" זאל פרעגן, דער וואס האט זיך נאר טויזענט מאל איבערצייגט איז די זאלי דאגמע, זאל קענען זעהן נאכאמאל

און גערעכט קרית יואל, עס פעלט נישט אויס צו פרעגן, עס איז גענוג אז דו זאגסט

איך וואלט נאך צוגעלייגט, אז אפילו הצלה, גמ"ח הצלה, דזשי ענד דזשי לייקנט, טאר מען זיי נישט גלייבן, זיי זענען דאך אהרונים, נאר מען זאל גלייבן די תלמידות רבינו מיידלך שטערן און וואס ער זאגט דאס וועט מען דרוקן אין דער איד, און עס איז א פאקט

קרית יואל, די הערסט נישט אויף מיר צו סורפרייזן..............

קרית_יואל » 4/1/2005 17:01

די ארויסגעבער פון באריכט רייבן זיך די הענט פון געלעכטער וויאזוי א "קינדערישע צייטונג" (ווי די אהרונימליך רופן עס דא) קען ארויסנעמען פון די כלים אזויפיל "נארמאלע מענטשן...".

און איצט שפאס אין דער זייט:

עס איז א ביטערער רחמנות אויף די נעבעכדיגע אהרונים וועלכע קענען נעבעך נישט פארדייען דעם פאקט אז אייגענע מענטשן זוכן ביזנעס ביים אנדערן צד.

איך גלויב אז די גערעגטע אהרונימליך זענען צווישן די ארבעטסלאזע מענטשן אין ק"י. זיי קענען נישט אננעמען אן ארבעט אדער עפענען א ביזנעס וואס קען צופרידנשטעלן אזעלכע מענטשן וואס זענען אנדערש ווי זייער מיינונג.

אבער נארמאלע מענטשן דארונטער אזעלכע ווי G&G וועלכע זענען באקאנט מיט זייער גוטן סערוויס פאר "יעדן", טראצדעם וואס זיי זענען אויסגעשפראכענע אהרונים. זיימישן נישט ביזנעס מיט פאליטיק.

און אזוי דארף עס זיין!

שוין אפגערעדט ווען עס האנדעלט זיך מיט די 2 וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס ווי הצלה און גמ"ח הצלה וואס דינען "גאנץ" קרית יואל, און ווילן נישט ווערן פארמישט אין קיין פאליטיק.

דערפאר איז פשוט א שאד זיך צו נעמען צום הארצן. איר אהרונימליך מוזט זיך אנהייבן צו רעכנען מיט'ן פאקט אז קרית יואל עקזיסטירט נישט בלויז פון אהרונימליך נאר עס איז דא גענוג און נאך מענטשן וועלכע זענען נישט אין איין מיינונג מיט ענק, און זיי זענען אויך מענטשן מיט וועמען מען דארף זיך רעכענען.

טאגליכט » 4/1/2005 18:21

קרית יואל חלום חלמת ואינו יודעת מה הוא אינאיינעם מיט אלע דיינע חבירים שרייבערס פון די באסריכט
מער פון דעם קען איך דיר נישט זאגן

משהבערבעק » 4/1/2005 20:45

פארוואס איז די בילד - ווי אזוי ליפא האלט צוזאמגעלייגט זיינע פינגער'ס - נישט געווען אין די "באריכט" וואס דארף דעקן "אלע" נייעס?
[בילד – נישט אפגעהיט]

אייןסאטמאר » 4/1/2005 21:40

פארוואס קלאפט דער רבי מיט די הענט ווי ער טוט ווען מ'זינגט א ניגון. דער בר מצוה בחור האלט דאך אינמיטן פשעטל?

עלהניסים » 4/1/2005 23:10

דא ווער איך שוין אינגאנצען צומישט. איך פארשטיי שוין גארנישט.

וואס ווילן די אהרונים דא ארויסברענגען?, אז אלא מאי וועפט די רבי?, און... ממילא וואס איר דעמאלטץ ווערט די גאנצע פראפאגענדע וועןרבי אהרן האט באקומען א חיבה יתירה פונעם רבין, ער וועפט דאך?. און בכלל האלטן די אהרונים יא פון די רבי אדער נישט?.

נאכדעם, אין סאטמאר פירט מען זיך נישט אז מען זינגט אריין אינמיטן דער בר מצוה בחור זאגט די פשטל?.


ביטע, איינער קען מיר ערקלערן?. (אויב מעגליך א אהרוני, ווייל זייער שפראך פארשטיי איך בעסער, ווי שוין געמאלדן).

משהבערבעק » 4/1/2005 23:27

אקעי, איך בין אן אהרוני, איך גיי דיר באלד אלעס [פרובירן] מסביר צו זיין!
אבער, קודם, פארוואס האלט ליפא זיינע הענט אזוי "פאני"?
ער האט עס אמאל געזען ביי זאלי??

שדים_טאנץ » 4/1/2005 23:32

על הניסים.

פון וועלכן רבי רעדסטו? ווייל דו ביסט דאך נישט קיין סאטמארער (סארי. איך מיין צו זאגן סאטמארע...).

דו הערסט נישט אויף צו שעלטן זייט דו ביסט געקומען צו די פארום, אפילו אין אשכולות וואס האבן גארנישט צו טאן מיט סאטמאר, און דו שרייסט אויף אנדערע אז זיי שעלטן.

אפשר ביסטו גאר א פרוי ווייל דו האלסט איין נוצן א לשון נקיבה ווען דו רעדסט פון א זכר.

עלהניסים » 4/1/2005 23:53

בסדר, אוקיי, האלב פארשטיי איך שוין. איך וועל ווארטן מיט געדולד. ווען קומט די איבריגע העלפט?.

אגב, קענסט נאכאמאהל שרייבן ווער עס שעלט?. שכוח.

KJAlliance » 5/1/2005 02:10

אגב על הניסים

האט דער איד אריינגעשטעלט דעם בילד אדער דער בלאט

ווער מאכט ליצנות

KJAlliance » 5/1/2005 02:13

קרית יואל

קום צום דינער מוצאי שבת, וועסטו זעהן אז עס איז אקוראט דער זעלבער עולם וואס עס איז געקומען צום דינער עטליכע וואכן צוריק

און אפשר געדענקסטו שוין נישט, ווען זאלי האט צוגעפיקסט די אהרונים, אז ער האט געמאכט זיין פארטי אויף לארקין [געדענקסט נאך לארקין.......] די זעלבע וואך וואס די "אהרונים" האבן געמאכט זייער דינער פאר גמח הצלה

א שקרן דארף האבן א גוטן זכרון

וועלן מיר זיך זעהן, מוצאי שבת????????????.

קרית_יואל » 5/1/2005 05:26

אין אן ענליכן אשכול אין חדשות אנ"ש ווערט געברענגט די פאלגענדע תגובות:
יוסעלע שרייבט:
נעבעך!
האסט נישט געטראפן עפעס בעסער, און דאס איז שוין נאך עטליכע טאג נישטערן.

געזעגענען שרייבט:
יא איך געדענק טאקע וען כ'האב געלערענט ביי כ"ק חורינער וויאזוי ער פלעגט ביים פארלערנען האלטן אזוי די הענט.

משהבערבעק שרייבט:
האסט אפשר א פיקטשער דערפון??

חורינער שרייבט:
נישט אומזיסט האט מען ארויפגעלייגט א ברעטל אין פראנט פון נישט אומזיסט האט מען ארויפגעלייגט א ברעטל אין פראנט פון זיין טיש.

פונעם מנהל: נו נו, אביסל איידלקייט. איך האב אויסגעמעקט פארשידענע ווערטער אין די תגובה. אזעלכע ווערטער זענען נישט מתאים פאר די הויכע ניווא פון אונזער פארום, און איז שטרענג פארבאטן לויט די חוקים פונעם פארום.

תוקן על ידי - davka - 05/01/2005 5:40:20